מיטוואך פקודי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך פקודי=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם שמואל פיש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר ישראל הורוויץ הי"ו.
ב"ר חיים פריעדלענדער הי"ו.
ב"ר יעקב יוחנן פליישמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק י"א.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:50 איז דער רבי ארויף בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט די זיבעטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מתוך אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה,
דער רבי האט געענדיגט ארום 2:30.
אין די נאכמיטאג שעות איז געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש הגה"צ רבי יושע כ"ץ שליט"א - אב"ד מאגרוב,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני כשרות און דערביי האט דער רב שליט"א אויסגעדריקט זיין התפעלות איבער די פילע חומרות והידורים אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק' נאכן באקן היינט מצות אינעם בעקערי, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:40 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:30 איז פארגעקומען בקודש פנימה א מעמד התמנות ווי דער רבי האט אויפגענומען נכדו הרה"ג ר' חיים יעקב רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א פאר רב דביהמ"ד קול אליהו דקהלתינו הק' אויף די קערעסטיר גאס אין ק"י,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די חשוב'ע זיידעס הגה"צ אב"ד טערצאל שליט"א און הגה"צ אב"ד קאזלאוו מאנסי שליט"א ווי מען האט ארומגערעדט איבער די כח הרבנות פאר די צווייטע וועלט מלחמה, און בפרט אין שטאט סאטמאר און פאפא,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו - מראה"ק,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נייעם רב הביהמ"ד הרה"ג ר' חיים יעקב שליט"א, פאר די חשוב'ע רבנים שליט"א, און פאר די הנהלת ועסקני הביהמ"ד,
מען האט געענדיגט ארום 10:10.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אליעזר הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברמ"י גאלדבערגער הי"ו,
און פון די מחותנים הר"ר יואל ברח"ש שפילמאן שליט"א און הר"ר יום טוב לעווי שליט"א,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40.
א גוטע נאכט.
~🌴~