מאנטאג נצבים - ב' סליחות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מאנטאג נצבים - ב' סליחות
ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול,
בעל תפלה: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א
מען האט גענדיגט ארום 6:30
נאך סליחות האט זיך דער רבי אומגעקערט לביתו נאוה קודש.
ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפלת שחרית,
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים,
ב''ר יושע קאהן,
ב''ר משה נסים מזרחי,
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט די פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג ,
דערנאך איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי. נאכן מסיבת לחיים האט רבינו שליט''א קובע מזוזה געווען אויף חדרו הפרטי נדבת לבו פון הרבני הנגיד ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו.
~🌴~