דאנערשטאג כי תשא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג כי תשא=
~תענית אסתר~
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק אלימלך פעלדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר ישראל וועלץ הי"ו.
ב"ר ליפא וויינבערגער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
~ליל פורים~
ארום 7:25 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול,
בעל תפילה: ר' יעקב משה מיטטעלמאן הי"ו.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים יעקב גוטמאן הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
שלישי - מפטיר: רבינו שליט''א.
הגבה: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי"ו.
גלילה הרה"ח ר' אברהם יעקב פריעד הי"ו - וומ"ס.
אום 8:02 האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב,
בעל תפלה: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.
נאך מעריב אום 8:20 איז דער רבי ארויף אויפן באלעמער און געזאגט די לשם יחוד וכו' און אויסגעשפרייט די מגילה כאגרת,
דער רבי האט געמאכט די ברכות בהתלהבות אש און געליינט די מגילה מיט גרויס התעורורות און השתפכות הנפש.
דאס ליינען האט זיך פארצויגן פאר אריבער א שעה, און מען האט געענדיגט אום 9:25, מען האט געזאגט די ברכות און ואתה קדוש און עלינו, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין היכל השלחנות.
דער רבי האט געטאנצען אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט און דערנאך זיך געוואשן צום סעודה לכבוד היום,
מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יו"ט,
במשך די סעודה האט מען געזינגען מערערע לעבעדיגע ניגונים, און געטאנצן בשמחה וחדוה לכבוד פורים,
מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ.
שושנת יעקב: הרב ישראל הורוויץ שליט"א.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט ארומגערעדט בדרך דרוש בעניני פורים און מסיים געווען בברכת קדשו,
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט לעבעדיגע ניגונים און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט מיט א שטארקע התלהבות,
דערנאך האבן די גבאים פון חבורת 'לגיון של מלך' איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א די ספר מיט די נעמען פון די בחורים פון אלע סאטמארע ישיבות איבער דער גארער וועלט וואס האבן זיך מקבל געווען קבלת טובות בנוגע טעכנעלאגיע,
דער רבי האט מעיין געווען פאר א לענגערע צייט בשעת דער עולם האט געזינגען ניגוני התעוררות,
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער פורים ראב"ד הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א מיט דברי בדחנות,
ברכת המזון: הר"ר פנחס אלימלך ווייס שליט"א.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 1:45, און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.
~🌴~