זונטאג נצבים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
זונטאג נצבים
א' סליחות אינדערפרי
ארום 5:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו סליחות בביהמ"ד הגדול מעוטף מיטן טלית פון רבינו הק' בעל דברי יואל זי"ע,
געברענגט דורך הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו,
און מיט א קאפל פון רבינו הק' בעל דברי יואל זי"ע.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד און פארגעזאגט די סליחות מיט גרויס התעוררות,
דער רבי האט פארגעזאגט אין א סליחות פון רבינו הק' בעל דברי יואל זי"ע געברענגט דורך הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו,
מען האט געענדיגט ארום 6:20
נאך סליחות האט זיך געזעגענט הגה"צ אב"ד קהלתינו הק' - מאנטשעסטער שליט"א, וועלכע האט געוויילט אויף שבת בצל הקודש.
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית אין ביהמ"ד הגדול ארום 10:30.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר מתתי' אירגאס.
ב"ר מרדכי לאנדא.
ב"ר אברהם יושע גלויבער.
נאך שחרית איז דער רבי געווען אויף א באזוך אין בית השחיטה המהודרת.
א גוטן טאג
~🌴~