מאנטאג כי תשא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג כי תשא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר יואל ברי"ב שטערן שליט"א.
ב"ר עקיבא ווייס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ז'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אלימלך ווייס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
נאך די ברית איז פארגעקומען א לחיים בהיכל הביהמ"ד.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר יעקב פעלדמאן שליט"א און הר"ר יחיאל יצחק שפיטצער שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
זמני כניסה איז געווען פון 7:45 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הרה"ג ר' רבי מרדכי דוב ווארפמאן שליט"א - רב דביהמ"ד זכרון יחזקאל ודומ''ץ במאנטשעסטער,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר בעריש ראזענבערג שליט"א און הרה"ח ר' יצחק יונה זאבעל הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45.
א גוטע נאכט.
~🌴~