שבת קודש פרשת תצוה - זכור
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת תצוה - זכור=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן משה שמואל ב"ר אברהם יושע גפן הי"ו, און החתן ישראל איסר ב"ר יואל יעקב פיש הי"ו.
ארום 6:25 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הר"ר יעקב פעלדמאן שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:55.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 8:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אברהם קליין הי"ו - ירושלים.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אברהם קליין הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן מסורה 'ונשמע קולו בבואו אל הקודש' 'נעשה ונשמע' 'ונשמע פתגם המלך כי רבה הוא' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון שנים שעשהו.
קה אכסוף: נכד רבינו הרב ברוך רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
פארן בענטשן האט דער רבי מוסיף געווען נאך א בחינה אויף די תורה בדרך דרוש אינעם סוגיא פון מלאכה שאינה צריכה לגופה.
ברכת המזון: הרה"צ רבי יושע וואגשאהל שליט"א - אב"ד יאסלא.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי אייזיק'ל קאלוב'ער זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן פרייטאג ז' אדר.
קה רבון עלם: נכד רבינו הרב מנחם שלמה אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: נכד רבינו הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט"א - מאנטשעסטער.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:30.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:25.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יחיאל מיכל קארנבלי הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית ויוצר,
מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם מאיר ראזענוואסער הי"ו און הרה"ח ר' יודל שטיינמעטץ הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו.
כהן: החתן יחיאל שלמה ב"ר יצחק אייזיק פריעדמאן הי"ו.
לוי: החתן שמואל מאיר ב"ר הערש יוסף לעווי הי"ו.
שלישי: בעל שמחה נכד רבינו הרב משה מייזליש שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א,
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט, ויקרא שמה בישראל: פעסיל, ע"ש אמה של מלכות הרבנית הצדיקת אשת חבר רביה"ק בעל ברך משה זי"ע.
רביעי: החתן משה בהר"ר יעקב פעלדמאן שליט"א - באווארפען.
חמישי: החתן ישראל דוד ב"ר יחיאל מיכל קארנבלי הי"ו - באווארפען.
שישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
שביעי: הר"ר מאיר לייב קטינא שליט"א.
הוספות: החתן שלמה יואל ב"ר חיים מנחם לאקס הי"ו.
החתן בצלאל ב"ר משה בראך הי"ו.
הר"ר שלמה לייב וויינבערגער שליט"א - פ"ר דקהלתינו הק'.
אחרון: הרה"ג ר' יצחק אייזיק גליק שליט"א - מו"ץ.
הגבה: הרה"ח ר' יודל כ"ץ הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' וואלף פארקאש הי"ו.
מפטיר - קריאת פרשת זכור האט דער רבי עולה געווען,
דער רבי האט געזאגט די לשם יחוד און געליינט די קריאה מיט א שטארקע התעוררות.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' יודא הערשקאוויטש הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' שלמה הערש פעלדמאן הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' חיים הערש ראטה הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יחזקאל גאלדבערגער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הקידושא רבא בהיכל ביהמ"ד הגדול צד צפון,
דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש,
עס האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרב משה מייזליש שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה הרב משה שליט"א, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז דורך די טרערן פון נשים צדקניות איז געשען די נס פורים און פארדעם פרייט מען זיך יעדע מאל עס ווערט געבוירן א ערליכע אידישע טאכטער וואס וועט פארלאזן טרערן ביי די תפילות, און בזכות נשים צדקניות וועט מען זוכה זיין די די גאולה השלימה, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:25.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה בראך הי"ו - וומ"ס.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יחזקאל בראך הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' הערש יוסף לעווי הי"ו.
שלישי: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א - מראה"כ.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' משה לאקס הי"ו - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די קריאה פון פרשת זכור און ארויסגעברענגט אז אלע צרות און יסורים וואס כלל ישראל איז אריבער במשך די לאנגע גלות סיי בגשמיות און סיי ברוחניות איז אלעס צו פארדאנקען עמלק, און פארדעם איז דא די מצוה פון לא תשכח, און טראץ מען קען נישט מקיים זיין בפועל בזמן הזה די תמחה את זכר עמלק קען מען אבער יא מקיים זיין די לא תשכח וואס גייט ארויף בלב, און יעדע איד איז מחיוב צו אויסמעקן די טומאת עמלק פון זיין הארץ און נישט ווערן פארשוועמט פון די קרירות וואס עמלק ברענגט אריין אין כלל ישראל, און דורך דעם וועט מען זוכה זיין צו מקבל זיין די השפעות קדושות וואס קומט אראפ יו"ט פורים סיי ברוחניות און סיי בגשמיות.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק פרענקל הי"ו - מאנטריאל.
קל מסתתר: הרה"ח ר' משה לאקס הי"ו.
שושנת יעקב: הרה"ח ר' אברהם מאיר שווארטץ הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן יחיאל שלמה ב"ר יצחק אייזיק פריעדמאן הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
דערנאך האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביהמ"ד הגדול.
מען האט געענדיגט ארום 8:55.
א גוטע וואך.
~🌴~