פרייטאג תצוה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג תצוה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר משה בראך הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ווי דער רבי האט ארומגערעדט דברי הדרכה לקראת יו"ט הפורים הבעל"ט,
דער רבי האט ארויסגעברענגט אז מען דארף געדענקן דעם זכור את אשר עשה לך עמלק 'אשר קרך' און מען דארף זיכער מאכן אז טראץ פורים איז טאקע א צייט וואס מען טוט זיך אן פורימ'דיג דארף מען אבער זיכער מאכן אז מען טוט זיך נישט אן גויאיש און מען זינגט נישט און מען טאנצט נישט אויף קיין גוי'אישע און צעלאזטע מוזיק, נאר זיך אויפפירן ווי עס פאסט און מיט דעם מקיים זיין די מחיית עמלק, ויה"ר שיתקדש שם שמים על ידינו.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
א גוט שבת.
~🌴~