זונטאג תצוה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג תצוה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר בנציון שווארץ הי"ו.
ב"ר יואל בן אברהם מענדלאוויטש הי"ו.
ב"ר יצחק ליכטענשטיין הי"ו.
ב"ר שמואל גרין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 3:00 אזייגער זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבה אהל משה פון לעיקוואד בהנהלת הרה"ג ר' מרדכי שלעזינגער שליט"א,
דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' דוד אלי' ניישטאדט הי"ו און הרה"ח ר' יוסף לייב וואגשאהל הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק אייזיק פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' ישראל יודא יעקב גאלדבערגער הי"ו און הרה"ח ר' משה ארי' גוטמאן הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 7:45 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' דוד משה ניישטאדט הי"ו און הרה"ח ר' יואל מארקאוויטש הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער.
א גוטע נאכט.
~🌴~