שבת קודש פרשת תרומה - שבת שקלים - שבת ר"ח אדר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת תרומה - שבת שקלים - שבת ר"ח אדר=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן יושע ב"ר יצחק פריעדמאן הי"ו און החתן יחיאל שלמה ב"ר יצחק אייזיק פריעדמאן הי"ו.
ארום 6:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הר"ר זלמן לייב ברח"ב פילאפף שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:55.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר מוסדותינו הק' אין מאנטשעסטער.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 8:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי"ו - וומ"ס.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ רבי חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א - אב"ד הוניאד.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' בעריש ראזענבערג שליט"א - וומ"ס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן תנא דבי אליהו 'בשעה שאמרו ישראל נעשה ונשמע מיד אמר הקב"ה ויקחו לי תרומה' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון שכר מצוה בהאי עלמא ליכא.
קה אכסוף: הרה"ח ר' לייבל טויבער הי"ו - מאנטשעסטער.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי ברוך'ל מגארליץ זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן שב"ק ר"ח אדר.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' ארי' ראטה הי"ו - מאנטשעסטער.
מיט אור פניך לכבוד שבת שקלים האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, און מען האט עס געזינגען מיט א שטארקע התעוררות.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הר"ר הערשל אשכנזי שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:50.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:25.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א - מו"ץ.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית, יוצר, און הלל,
מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו, הרה"ח ר' אברהם צימערמאן הי"ו און הרה"ח ר' אליעזר ווייס היו.
פסוקי שמע ישראל: משב"ק הגה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו.
כהן: החתן יושע ב"ר יצחק פריעדמאן הי"ו - באווארפען.
לוי: החתן שמואל מאיר ב"ר הערש יוסף לעווי הי"ו - באווארפען.
שלישי: החתן ישראל חיים בהר"ר אברהם שמחה גאטליעב שליט"א - באווארפען.
רביעי: החתן חיים שמואל בנימין ב"ר משה הערש סופר הי"ו - באווארפען.
חמישי: החתן אשר לעמיל ב"ר יעקב חיים לאנדא הי"ו - באווארפען.
שישי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
שביעי: החתן אלי' ב"ר אשר זעליג יונתן בלייך הי"ו - באווארפען.
הוספות: החתן ליפא ב"ר אהרן יצחק דוד לאנדא הי"ו.
החתן אהרן בהר"ר זלמן לייב פילאפף שליט"א.
הרה"ג ר' יחזקאל שרגא לאקס שליט"א - מו"ץ, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' בנציון יושע קרויס הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' משה הערש סופר הי"ו.
אחרון - קריאת ר"ח: החתן יחיאל שלמה ב"ר יצחק אייזיק פריעדמאן הי"ו - באווארפען.
הגבה: הרה"ח ר' מרדכי שווארטץ הי"ו - ב"ב.
גלילה: הרה"ח ר' יעקב חיים לאנדא הי"ו.
מפטיר - קריאת פרשת שקלים האט דער רבי עולה געווען,
דער רבי האט געזאגט די לשם יחוד און געליינט די קריאה מיט א שטארקע התעוררות.
הגבה: הרה"ח ר' ישעי' מרדכי בלייך הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' וואלף שווארטץ הי"ו.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' חנני' סופר הי"ו.
ר' משה יודא ברש"מ עקשטיין הי"ו.
ר' מאיר משה שפיטצער הי"ו.
ר' אברהם חיים היילברוין הי"ו.
ר' יעקב יחזקי' פרענקל הי"ו.
ר' מרדכי פעקעטע הי"ו.
ביי די הפטורה האט דער רבי געזאגט די הפטורה פון שבת שקלים און די ערשטע פסוק פון די הפטורה פון שבת ר"ח.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לכבוד שבת שקלים ולכבוד שבת ר"ח,
מען האט געזינגען ביי די פיוטים כנהוג מיט א שטארקע התעוררות.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' מאיר דוד מאסרי הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 1:20.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:20.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' מענדל מיטטעלמאן הי"ו - וומ"ס.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים פעקעטע הי"ו - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו - וומ"ס.
שלישי הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ויקחו לי תרומה און ארויסגעברענגט אז דורך מצות צדקה עפענט מען די ארובות השמים און עס גייט אוועק די מסך המבדיל צווישן כלל ישראל און הקב"ה און אזוי קען מען הערן די בת קול היוצאות מהר חורב בכל יום און מען ווערט נתעורר לתשובה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ג ר' עזרא משה כאירה שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומ"ס.
שושנת יעקב: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן אהרן בהר"ר זלמן לייב פילאפף שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:40.
ארום 10:30 איז דער רבי אנגעקומען אינעם נייעם לאקאציע פון 'עזר' העלט סענטער וועלכע איז סטאנציאנירט אינעם ביזנעס סענטער,
דער רבי איז צום ערשט אריין אינעם 'עזר אפטיקל' און זיך אומגעקוקט אינעם גאנצן געשעפט,
דערנאך איז דער רבי ארויף צום העלט סענטער,
דער רבי איז ארום אין אלע אפטיילונגען און געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' יואל מיטטעלמאן הי"ו - דירעקטער, און הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די פילע פעולות לטובת די תושבי העיר און איבער די ווייטערדיגע פלענער,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' יואל הי"ו און פאר די גאנצע הנהלה.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף קביעות מזוזה אינעם נייעם 'העריטידזש' זילבער געשעפט אינעם 'אייקאן' ביזנעס סענטער,
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און ארום אינעם געשעפט זיך אומקוקן,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעה"ב הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו און ר' וואלף מענדלאוויטש הי"ו און פאר אלע איינגעשטעלטע,
מען האט געענדיגט ארום 11:20.
א גוטע וואך.
~🌴~