פרייטאג תרומה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג תרומה=
~אדר"ח אדר~
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' וואלף ברי"ח פאללאק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יואל ברש"ד מארקאוויטש הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל חתנו ר' יואל יצחק שעהנברוין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה שיעור ד'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו.
ב"ר יושע דוד ראפאפורט הי"ו.
ב"ר שמואל לייב פריעד הי"ו.
ב"ר פסח חיים קרעמער הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און ביים ליינען געגאנגען הגבה.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
דערנאך האט דער רבי געפראוועט א סעודת ר"ח אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און אויפגעריסן די חלה מיט די הענט כנהוג אום ערש"ק,
במשך די סעודה האט מען מאריך געווען בשירה וזמרה ניגוני ר"ח וניגוני חודש אדר,
דערביי האט מען איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א קוויטל כוללות פון די גאנצע ישיבה און דער רבי האט מעיין געווען פאר א לענגערע צייט,
מיט ברכו נפשו האט דער רבי מכבד געווען הר"ר שלמה הערש קארנבלי שליט"א - ר"מ בישיבה,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז מרדכי הצדיק איז געווען דורש טוב לעמו, 'טוב' מיינט מען שידוכים כמבואר בגמרא לא 'טוב' היות אדם לבדו, און דער רבי האט אנגעוואונטשן עס זאל זיין מרבין בשמחה מיט אסאך שידוכים אין ישיבה, און מסיים געווען בברכת קדשו,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א - מראשי הישיבה,
מען האט געענדיגט ארום 1:20.
ארום 3:30 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס איז געווארן אריינגעגעבן דעם שב"ק אין ביהמ"ד אהל בתי',
מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און מכבד געווען הרה"ח ר' יחזקאל דוד הי"ו ובני משפחתו צו פארענדיגן די לעצטע אותיות,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, און דערביי האט הרה"ח ר' יחזקאל דוד הי"ו געגעבן פאר רבינו שליט"א ספר כתבי יואל פון כתבים פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע וואס ער האט ארויסגעגעבן לכבוד די שמחת הבר מצוה פון בנו הב' שמעון ני"ו,
דערנאך האט בנו הב' שמעון ני"ו געזאגט די בר מצוה פשעטל,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' יחזקאל דוד הי"ו, פאר אביו הרה"ח ר' אברהם יעקב הי"ו, פאר חמיו הרה"ח ר' משה יוסף מיטטעלמאן הי"ו, און פאר די גאנצע משפחה,
דערנאך איז דער רבי געגאנגען הגבה מיטן ספר תורה און געטאנצן מיט די אפענע ספר תורה פאר א לענגערע צייט,
מיט גלילה איז מכובד געווארן בנו הב' הבר מצוה שמעון ני"ו און מיט אנטוהן די כתר תורה אביו הרה"ח ר' אברהם יעקב הי"ו,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן מיטן ספר תורה פאר א לענגערע צייט און דערנאך מכבד געווען הרה"ח ר' יחזקאל דוד הי"ו ובני משפחתו צו טאנצן מיטן ספר תורה,
מען האט געענדיגט ארום 4:00 אזייגער.
~🌴~