דאנערשטאג תרומה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג תרומה=
~כ"ט שבט - יומדה"ק פון מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף קדושת יו"ט בהנהלת הר"ר שמואל מאיר לעווי שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אלעזר גאנדעל הי"ו.
ב"ר אברהם יואל שווארטץ הי"ו.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק,
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל די יומדה"ק,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם' און ארויסגעברענגט אז די ברען און התלהבות וואס צדיקים לייגן אריין אין א מצוה איז משפיע פאר די שפעטערדיגע דורות אז מען זאל אויך קענען מקיים זיין די מצוות, און דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די גדלות פונעם בעל הילולא זי"ע וואס זיין השפעה איז נאך דא ביז היינט, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע תלמידי ורמ"י הישיבה.
אין די פארמיטאג שעות האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת אינדיג הנכבדה היושבים ע"פ אמם ע"ה אלמנת הרה"ח ר' נפתלי אינדיג ע"ה.
ארום 4:45 איז דער רבי אנגעקומען צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל די יומדה"ק אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף דרכי התורה פון מאנסי בהנהלת הר"ר שאול פערלשטיין שליט"א,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און מען האט אויפגעגעבן אלע מאכלים אזוי ווי יו"ט,
במשך די סעודה האט מען מאריך געווען מיט ניגוני התעוררות,
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הר"ר שלמה קטינא שליט"א - ר"מ בישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'זה יתנו כל העובר על הפקודים' און ארויסגעברענגט אז ווען א צדיק איז משפיע א ישועה איז עס נישט נאר פאר זיך נאר אויך פאר די שפעטערדיגע דורות, און דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די גדלות פונעם בעל הילולא זי"ע, זיין הרבצת התורה לתלמידים, זיין יראת שמים, זיין כח הנהגה, און דער רבי האט פארציילט עטליכע סיפורים,
דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון די תלמידי הישיבה וועלכע האבן זיך מקבל געווען נישט צו רעדן קיין שיחת חולין מיט די תפילין און נאך אנדערע קבלות טובות בעניני תורה ותפילה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די תלמידי ורמ"י הישיבה.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס,
נאכן בענטשן האט דער מנהל שליט"א איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א קוויטל כוללות מיט די נעמען פון די בחורים וואס האבן זיך אויסגעצייכנט מיט שעות רציפות במשך די ימי השובבים העעל"ט און דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר די בחורים ספר החדש ברך משה על סוגיות הש"ס, מען האט געענדיגט ארום 6:00 אזייגער.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה בביהמ"ד בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אהרן יצחק דוד לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' חיים אלעזר הורוויץ הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' ציון עובדי' מאסרי הי"ו און הרה"ח ר' אברהם יצחק כאירה הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
נאך די חופות איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון פילמער גארדענס ווי עס איז פארגעקומען די סיום הש"ס דורך האברך ר' יעקב וואלף ב"ר יו"ט בערגער הי"ו חתן הרה"ח ר' אלימלך דייטש הי"ו,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר ר' יעקב וואלף הי"ו און די גאנצע משפחה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:10 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הרה"צ רבי צבי הירש פיש שליט"א - אדמו"ר מזידטשוב פרעמיסלע צו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך אין ק"י,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים און איבער זיין ישיבה אין מאנסי און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו און דערנאך אנגעוואונטשן פאר בנו החתן און ארויסבאגלייט ביזן גאס.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' ישעי' שבתי בראך הי"ו און הרה"ח ר' ישראל אלימלך ווייסמאן הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~