זונטאג תרומה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג תרומה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' בעריש לאוב הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר ישראל אפרים פישל לאנדא הי"ו.
ב"ר שמעון שווארץ הי"ו.
ב"ר מרדכי ווערצבערגער הי"ו.
ב"ר יואל ירמי' מארמארשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איז אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א וחתן הגה"צ רב דבית מדרשינו 15'טע עוו. שליט"א אינאיינעם מיט בנו החתן נפתלי ני"ו ממציוני תלמידי ישיבתינו הק' איינצולאדענען און מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה וועלכע קומט פאר דעם קומענדיגן מאנטאג תצוה הבעל"ט אין וומ"ס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך האבן זיך געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א אויף הלכות שבת הב' יעקב בהרה"ג ר' דוד הירש שליט"א און הבה"ח יודל ב"ר נפתלי הירצקא שטיין הי"ו.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז אריין הגאון הגדול רבי יושע אייכענשטיין שליט"א, ראש ישיבת יד אהרן אין ארה"ק, וועלכער איז ספעציעל געקומען צו פארן פון ארה"ק בשליחות פון הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א - ראש ישיבת סלאבאדקא, ומגדולי מנהיגי עולם הישיבות, אויפצושטורעמען דעם יהדות הגולה איבער דער ברענעדיגער ביטערער גזירת הגיוס אין ארה"ק,
דער ראש ישיבה האט געבעטן מרן רבינו שליט"א אויפצושטורעמען די גאנצע וועלט, אידישע און גוי'אישע צוגלייך, איבער די ביטערער גזירה איומה וועלכער שוועבט אויף טויזנטער בחורים אין ארה"ק,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס ווי מען האט נושא ונותן געווען און דן געווען אינעם ענין בכל פרטי' ודקדוקי' פאר אריבער א האלבע שעה, און בעיקר ארויסגעברענגט די ווייטאג איבער די שטילקייט און קאלטקייט וואס הערשט איבער די נושא סיי אין ארץ ישראל און סיי אין חוץ לארץ, טראץ דאס איז נאך אזא סכנה ווי די משכונות וואס ליגן פארכאפט ביי די רוצחי ישמעאל און דארט איז דא א אחדות ביי גאנץ כלל ישראל, משא"כ ביי די ביטערע גזירות הגיוס מאכט מען זיך צו די אויגן,
מען האט ארומגערעדט איבער פארשידענע מהלכים וואס צו ניצן אויפצושטורעמען די וועלט און דער רבי האט שטארק מחזק געווען דער ראש ישיבה שליט"א מען זאל קענען אויפטוהן וואס מען דארף און פארשפראכן מיטצושטיין מיט יעדע זאך מיט וואס מען קען ארויסהעלפן,
דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביותרת הכבוד.
אויך איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מדזיקוב מעליץ שליט"א פון מאנסי מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי נכדו למז"ט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער.
א גוטע נאכט.
~🌴~