שבת קודש פרשת משפטים - מבה"ח אדר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת משפטים - מבה"ח אדר=
ארום 6:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
ביים אנקומען אין ביהמ"ד האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א וועלכע האט געוויילט אויף שבת אין ק"י,
קבלת שבת: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:45.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר כולל זיבנבערגען.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 8:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א - רב דביהמ"ד רב טוב.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר יואל בר"ב בערגער שליט"א.
מנוחה ושמחה: נכד רבינו הרב יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק וכי יזיד איש על רעהו און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא צו עס איז דא א מודעא.
קה אכסוף: הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א - אב"ד ציעשנוב ק"י.
ברכת המזון: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון זקינו מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דאנערשטאג כ"ט שבט.
מיט קה רבון עלם האט דער רבי מכבד געווען תלמידי ישיבה גדולה דבאבוב פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שב"ק בצל הקודש.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יצחק ווייזער הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:40.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:25.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יודל ברנ"ש שווארטץ שליט"א.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הרב יואל טייטלבוים שליט"א.
כהן: ר' חיים אלי' שעהנברוין הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
לוי: החתן אלי' ב"ר יוסף יואל לעווי הי"ו.
שלישי: כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א.
רביעי: החתן ליפא ב"ר אהרן יצחק דוד לאנדא הי"ו - באווארפען.
חמישי: החתן משה יצחק ב"ר אשר זעליג בלייך הי"ו.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' משה יוסף פאללאק הי"ו.
ר' אשר זעליג גראד הי"ו.
ר' וואלף ברנ"ה פריעדמאן הי"ו.
ר' יואל משה פארקאש הי"ו.
ר' ברוך יוסף פריעדמאן הי"ו.
ר' יודא יואל וויינשטאק הי"ו.
שביעי: החתן יוסף משה ב"ר יואל ברי"א שטיין הי"ו.
אחרון: הרה"ח ר' בנציון ווערצבערגער הי"ו - וומ"ס.
מפטיר: הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' אהרן יצחק דוד לאנדא הי"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דאנערשטאג כ"ט שבט.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יחזקאל זאב קרויס הי"ו - ב"פ.
מען האט געענדיגט ארום 12:15.
נאכן דאווענען איז דער רבי אריבער אין שטוב פון משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל בנו הר"ר ליפא יואל פישער שליט"א, און דער רבי איז געווען סנדק ומוהל, אויך איז פארגעקומען די שמחת הקידושא רבא לרגל הולדת הבת ביי ר' חיים אלי' שעהנברוין הי"ו חתן משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה הי"ו,
נאכן ברית האט דער רבי קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים און דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן בעל ברית הר"ר ליפא יואל שליט"א, פארן בעל שמחה ר' חיים אלי' שעהנברוין הי"ו, פאר משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה הי"ו און פאר אלע זיידעס און פארן גאנצן ציבור,
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:15.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יוסף יואל לעווי הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יצחק ווייזער הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' יצחק פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' הערש חיים לעווי הי"ו - ב"פ.
שלישי: הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יצחק אייזיק שטיין הי"ו - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם און ארויסגעברענגט אז דורך תשובה מיט תפילה צוזאמען ווערט מען נתכפר אפילו אויף די הארבע עבירות און עס פעלט נישט אויס קיין יסורים אדער יום המיתה ח"ו, אבער כדי די תפילות זאלן נתקבל ווערן פעלט זיך אויס אז מען זאל האבן א צלם אלקים און ווען מען טוט עבירות פארלירט מען דאך די צלם אלקים, איז דא די עצה צו לערנען תורה און ווען מען איז עוסק בתורה באקומט מען צוריק די צלם אלקים, תורה צ'וה ל'נו מ'שה איז ר"ת 'צלם' און אז מען באקומט צוריק די צלם אלקים ווערן די תפילות נתקבל און עס ניצט תשובה אפילו אויף די הארבע עבירות,
און דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי התעוררות זאגענדיג אז מען שטייט יעצט אין די לעצטע רגעים פון די ימי השובבי"ם און יעדער דארף זיך מאכן א חשבון הנפש ווי מען האלט אויף דער וועלט, אבער אפילו מען האט נאך חלילה גארנישט אויפגעטוהן ביז יעצט טאר מען זיך נישט מייאש זיין און מען קען אין איין רגע מיט א אמת'דיגע חרטה בלב און קבלה טובה על העתיד אלעס מכפר זיין.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' בנציון ווערצבערגער הי"ו.
שושנת יעקב: הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן אלי' ב"ר יוסף יואל לעווי הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דאנערשטאג כ"ט שבט.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:40.
נאך הבדלה זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה תלמידי ישיבה קטנה באבוב 45 פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש,
דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:15 איז געקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א וועלכע האט געוויילט אויף שב"ק אין ק"י,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' שמחה אברהם קארענרייך שליט"א חתן האדמו"ר מלעלוב זצ"ל,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און הרה"ג ר' שמחה אברהם שליט"א האט געגעבן פאר רבינו שליט"א ספר משתה יין אויף מגילת אסתר און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:45 איז דער רבי אנגעקומען בביתו החדש פון נכדו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א,
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און געמאכט א לחיים,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א ווי עס איז פארגעקומען א סעודת הודאה לרגל די נסים וואס האט פאסירט ביי א עקסידענט מיט עטליכע וואכן צוריק מיט איינע פון זיינע קינדער,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די חשובע זיידעס הגה"צ רב דבית מדרשינו 15'טע עוו. שליט"א און הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א,
עס האט אויפגעטרעטן הרב מרדכי יודא שליט"א מיט דברי שבח והודאה, און מען האט געזינגען ניגוני הודאה ושמחה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די גאנצע משפחה,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג די הרגשי הודאה צו הקב"ה און מסיים געווען מיט ברכות לרוב,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט די גאנצע משפחה,
מען האט געענדיגט ארום 11:50.
פון דארט איז דער רבי געפארן צו ביהמ"ד אנשי חי"ל פראנקפורט בשכונת חתם סופר ווי עס איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך די תלמידי ויוצאי ישיבה גדולה עסק התורה פון מאנסי לכבודו פון הר"ר ישראל מרדכי זיידנפעלד שליט"א - מנהל הישיבה, לרגל נשואי בנו למז"ט,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט פארציילט סיפורי קודש פונעם ייטב לב זי"ע בנוגע הרבצת התורה לתלמידים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פאר די הנהלת המתיבתא, און פאר אלע תלמידי ויוצאי הישיבה,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן מיט די גאנצע אויבנאן און דערנאך עקסטער מיטן חתן,
מען האט געענדיגט ארום 12:30 און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
א גוטע וואך.
~🌴~