מאנטאג משפטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג משפטים=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר דוד ליכטענשטיין שליט"א.
ב"ר יואל ב"ר שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר אהרן קויפמאן הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ז'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אינעם מצה בעקעריי דקהלתינו הק'.
ארום 4:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
נאך מנחה איז דער רבי געפארן קיין מאנסי,
צום ערשט איז דער רבי אנגעקומען אויף קביעות מזוזה אינעם נייעם 'חתונה מאלל' געשעפט אינטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' יואל בר"מ גאלדשטיין הי"ו,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 5:45 און קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג,
דערנאך איז דער רבי ארום פאר א לענגערע צייט זיך אומקוקן אין אלע אפטיילונגען פונעם געשעפט,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הוצאות פון חתונה מאכן,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעה"ב הרה"ח ר' יואל הי"ו פאר אביו הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו און זיין שווער הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו.
דערנאך איז דער רבי ארויף אויף א קביעות מזוזה אינעם אפיס פון האברך ר' יואל עמרם בהר"ר אנטשיל גרובער שליט"א וועלכע געפינט זיך אינעם זעלבן בנין,
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און אנגעוואונטשן פאר ר' יואל עמרם הי"ו און זיין גאנצע משפחה.
פון דארט איז דער רבי געפארן קיין שיכון סקווירא ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביי די חופה פון נכד גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א החתן בן הרה"ג ר' חיים מאיר טווערסקי שליט"א בן הגה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א,
נאך די חופה האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פאר גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א און פארן חתן, מחותנים, און חשוב'ע זיידעס הרבנים שליט"א,
אויך האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א און כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א,
ארום 7:00 אזייגער איז דער רבי אהיימגעפארן קיין ק"י.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יוסף יואל לעווי הי"ו און הרה"ח ר' יעקב ברי"מ פריעדמאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' ישעי' אייגנער הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברש"י לאקס הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' משה לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' מרדכי פערל הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 7:45 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען אן אסיפה בקודש פנימה אינאיינעם מיט די הנהלה רוחניות פון מוסדותינו הק' ק"י און די בעלי בתים פון די דרייוו גודס קליידער געשעפט ווי מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע נייע תקנות אין מוסדותינו הק' בנוגע מלבושים, און דער רבי האט איבערגעגעבן הוראת וברכת קדשו אויף די נייע תקנות.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער.
א גוטע נאכט.
~🌴~