שבת קודש פרשת יתרו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת יתרו=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן יושע בן הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א און החתן יעקב ב"ר זלמן לייב שפילמאן הי"ו.
ארום 6:05 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הר"ר יואל ברי"א שטיין שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:40.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר די ארגענטינע מוסדות.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יוסף נחום שטארם הי"ו - ב"ב.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' יוסף נחום שטארם הי"ו.
מנוחה ושמחה: הר"ר יצחק יודא שטערן שליט"א - ירושלים.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן מדרש 'מה שמועה שמע ובא, שמע פרשת מקושש' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון דברה תורה בלשון בני אדם.
קה אכסוף: הרה"ח ר' יוסף אפפעל הי"ו - ב"פ.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט א עובדה פון די שידוך פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע וואס איז געשען חמשה עשר בשבט.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' יונתן שווארטץ הי"ו - ב"פ.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
מען האט אויפגעגעבן בונדלעך און געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר ביי נכד רבינו בן הנולד אצל הרב אלחנן חיים מייזליש שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אהרן צבי מיטטעלמאן הי"ו - ב"פ.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט עליונים ששו לכבוד שבת קבלת התורה.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:30.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:25.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יואל ברח"א שפיטצער שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' וואלף שניטצער הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יצחק משה פראנקעל הי"ו.
כהן: החתן ב"ר מרדכי יצחק כ"ץ הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' שלמה יודא פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
שלישי: החתן יעקב ב"ר זלמן לייב שפילמאן הי"ו - באווארפען.
רביעי: החתן יוסף משה בהר"ר יואל ברי"א שטיין שליט"א - באווארפען.
חמישי: החתן יוסף בהר"ר ישעי' פאנעט שליט"א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יודא ברי"מ לאנדא הי"ו.
ר' נפתלי ווינקלער הי"ו.
ר' שמשון ווערצבערגער הי"ו.
ר' יעקב נפתלי קאסירער הי"ו.
ר' חיים ברד"א לאנדא הי"ו.
ר' גדלי' טעללער הי"ו.
ר' יצחק יודא בר"א קליין הי"ו.
ר' דוב בער בר"ל האלפערט הי"ו.
שביעי: החתן מנחם מענדל ב"ר ירחמיאל זאב פריעד הי"ו.
אחרון: החתן יואל ב"ר גרשון מענדל פעלדמאן הי"ו.
מפטיר: החתן אהרן ישראל מאיר ב"ר שלום משה עקשטיין הי"ו.
הגבה: החתן מרדכי ב"ר זלמן לייב זופניק הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' ליפא הערשקאוויטש הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' אשר מרגליות שליט"א - רב דקהל אהל משה אין וויען.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יעקב יושע כהנא הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:20.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:05.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שמואל עקיבא נויאוויטש הי"ו - וומ"ס.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' זלמן לייב זופניק הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' יושע הערש בר"י גליק הי"ו - ב"פ.
לוי: הרה"ח ר' ברוך ליפא לעווי הי"ו.
שלישי: הרה"ג ר' מענדל פאנעט שליט"א - ירושלים.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' משה יודא ברמ"ז הירש הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הר"ר ישעי' פאנעט שליט"א.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק וישמע יתרו און ארויסגעברענגט אז וויבאלד כלל ישראל איז מקיים מצות וואס זענען א חק בלי טעם נעמט הקב"ה אויך אן די תשובה פון כלל ישראל וואס איז אויך א חק בלי טעם, און וויבאלד תשובה איז א חק העלפט עס אויך אפילו מען האט עובר געווען אויף כל עבירות שבתורה,
און דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי התעוררות לרגל די ימי השובבי"ם זאגענדיג אז מען גייט שוין אריין אין די לעצטע וואך פון די ימי השובבי"ם און אפילו אויב איינער האט נאך גארנישט אויפגעטוהן ביז יעצט קען מען נאך אין די וואך אלעס מתקן זיין, מען דארף נאר א חרטה בלב מעומקא דליבא און א קבלה טובה על העתיד.
ידיד נפש: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו - מאנטריאל.
קל מסתתר: הרה"ח ר' יודא משה געלב הי"ו - מאנטריאל.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן מנחם מענדל ב"ר ירחמיאל זאב פריעד הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' ירחמיאל זאב פריעד הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:35.
א גוטע וואך.
~🌴~