דינסטאג יתרו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג יתרו=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יעקב חיים פאללאק הי"ו.
ב"ר ישראל שלום פאללאק הי"ו.
ב"ר יודא פרענקל הי"ו.
ב"ר יצחק יושע פירטה הי"ו.
ב"ר ליפא שטיינבערג הי"ו.
ב"ר יואל שעהר הי"ו.
ב"ר אברהם יואל לעפללער הי"ו.
ב"ר יעקב יחזקאל ווייס הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שאול יחזקאל ווערצבערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל, און דערנאך אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 1:00 אזייגער איז דער רבי ארויף בהיכל המתיבתא סניף ברך משה צום מסיבת לחיים רבתי בתופים ובמחולות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה פון אלע סניפים לרגל די שידוך שליסן פונעם ערשטן אור אייניקל החתן הרב אלטר יצחק פאנעט שליט"א - ממציוני תלמידי הישיבה, עב"ג הכלה תחי' נכדתו הבכירה פון הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א,
ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט,
מען האט געזינגען ניגוני שבח והודיה און ניגוני דביקות ושמחה פאר א לענגערע צייט,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, בנו הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, פאר הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און פאר אלע בחורים ורמ"י וישיבה,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט צום ערשט ארומגערעדט בדברי אגדה בעניני נשואין און דערנאך ארויסגעברענגט די שמחה מיט די שידוך שליסן מיט אזא חשוב'ע חתן א תלמיד הישיבה, און ארומגערעדט בשבח פונעם מחותן דער אבי החתן, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן חתן, מחותנים, און פאר בנו הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, און מסיים געווען אנוואונטשענדיג שידוכים פאר אלע תלמידי הישיבה נאכזאגענדיג פונעם ייטב לב זי"ע אל תהי ברכת כל"ה הדיוט בעיניך, און אזוי אויך אז דער קדושת יו"ט זי"ע האט געזאגט אז ער וועט זיך אויפטוהן בעולם העליון אז ער האט אנגעטוהן שטריימלעך פאר די בחורים און דער רבי האט אנגעוואונטשן אז אלע בחורים זאלן אנטוהן שטריימלעך בקרוב, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב,
דער חתן האט געזאגט די פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג,
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיט די גאנצע אויבנאן,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ מיטן חתן און דערנאך מיט הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א און דערנאך א מחול לצדיקים מיט די מחותנים,
מען האט פארענדיגט ארום 1:45 און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.
פון דארט איז דער רבי אריבער אינאיינעם מיט בנו הגה"צ אב"ד ור"מ וומס שליט"א אויף ניחום אבילים ביי הרה"ח ר' אלי' שאול כ"ץ הי"ו פון ב"פ היושב ע"פ אחותו ע"ה.
אין די נאכמיטאג שעות איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בקודש פנימה לרגל דאס שידוך שליסן פון די מחותנים ראשי קהלתינו הק' לעיקוואד, הרה"ח ר' ישראל וועלץ הי"ו און הרה"ח ר' יואל רייזמאן הי"ו,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער קהלתינו הק' אין לעיקוואד און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה.
ארום 4:30 נאכמיטאג זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבה ברך משה שע"י מוסדותינו הק' פון ב"פ אינאיינעם מיטן ראש ישיבה הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו הק' לעיקוואד שליט"א,
דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף די לימודים שו"ע הלכות שבת הלכות הוצאה פאר א לענגערע צייט מיט א שטארקע קורת רוח,
דערנאך זענען אלע בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש און עקסטער האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו לעיקוואד שליט"א און פאר הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי"ו - מנהל המוסדות.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה חברי ועד להוצאת ספרי ברך משה אין שפיץ פון הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א און הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א, לרגל דאס ערשיינונג פונעם נייעם ספר ברך משה על סוגיות הש"ס,
דער רבי האט איבערגעקוקט די ספר פאר א לענגערע צייט מיט א שטארקע קורת רוח און זיך אויסגעדריקט אז "מען גייט בקרוב אי"ה באנייען די נייע ספרים שטוב בביתו נאוה קודש אין ק"י און עס איז מיר א זכי' אז מען קען עס באנייען מיט א נייעם ספר פונעם טאטן זי"ע",
דער רבי האט געהערט א באריכט פון די ווייטערדיגע פלענער און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די חברי הועד און במיוחד פאר משב"ק הגה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו חבר הועד.
אויך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' יצחק זאב פילאפף הי"ו האט אפגעקויפט די זכות פון א חדר תפילה בבית מדרשינו הגדול והחדש אין לינדען,
עס איז אנוועזנד געווען הגה"צ אב"ד דקהלתינו לינדען שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון לינדען בכלל און קהלתינו הק' בפרט,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' יצחק זאב הי"ו ובני משפחתו און פאר הגה"צ אב"ד דקהלתינו לינדען שליט"א.
אויך איז אריין בקודש פנימה הגה"צ רבי שאול יחזקאל שווארטץ שליט"א - דומ"ץ דעברעצין מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 אזייגער און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~