מאנטאג יתרו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג יתרו=
ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישן ביהמ"ד.
בעל תפילה: ר' משה שטיין הי"ו - וומ"ס.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן,
בעל קורא: הר"ר יואל הערש ראטענבערג שליט"א - וומ"ס.
ראשון: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
שני: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
שלישי: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' שלמה יעקב ניישטאדט הי"ו - ק"י.
ארום 12:50 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם שטאטישן ביהמ"ד,
בעל תפילה: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו - וומ"ס.
נאך מנחה האבן זיך אנשי שלומינו געזעגענט פון רבינו שליט"א, און דער רבי האט זיך באדאנקט פארן ארטיגע רב הביהמ"ד הרב שלמה אהרן דענעבוים שליט"א וואס האט אוועקגעגעבן די ביהמ''ד ומקוה פארן רבי'ן ולטובת אנשי שלומינו הבאים להסתופף בצל הקודש, און געשטאנען צו די הילף במשך די פארגאנגענע וואכן מיט אלע הצטרכות'ער,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צום פאלם ספרינגס אינטערנעשענעל לופטפעלד, און ארום 2:30 האט זיך די פריוואטע פליגער געהויבן אויפן וועג קיין ניו יארק.
"ברוך הבא בשם השם"
ארום 9:10 האט די פליגער געלאנדעט אינעם טעטער-בארא לופטפעלד,
דער אנוועזנדן ציבור איז אריבער שלום נעמען, און דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומ"ס צו מפאר זיין בראש השמחה שמחת התנאים פונעם ערשטן אור אייניקל למז"ט.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 9:50 און צום ערשט געדאווענט מעריב בהיכל מאיר זעליג בביהמ"ד הגדול,
בעל תפילה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
"שישו ושמחו בשמחת רבינו"
ארום 10:15 איז דער רבי אריבער בהיכל בית מדרשינו הגדול צום היסטארישן שמחת התנאים בתופים ומחולות במעמד אלפי אנשי שלומינו - הכלה הבתולה תחי' נכדת הבחירה אצל בנו בכורו הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א בת לחתנו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' וומ"ס, בן הגה"צ רבי יחזקאל שליט"א מבארדיוב,
עב"ג החתן פרע"ח הרב אלטר יצחק פאנעט שליט"א בן הרה"ג ר' יעקב שלמה שליט"א - רב דביהמ"ד שערי תפילה ק"י, בן הגה"צ רבי יחיאל אשר פאנעט שליט"א - אדמו"ר מקארלסבורג מאנטריאל וחתן הגה"צ רבי יושע וואגשאהל שליט"א - אב"ד יאסלא חתן הגה"צ רבי מנשה מאיער שליט"א - אב"ד גרינוויל.
ביים אריין קומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די מחותנים און זיידעס אויפן אויבן אן, און געטאנצן אויפן פלאץ מיט גרויס התרגשות פאר עטליכע מינוט אויף די ניגונים קול רנה, חסדי ה' כי לא תמנו, און נאך ניגוני הודאה,
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער אבי הכלה הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א בדברי שבח והודאה שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה, און ארויסגעברענגט ווי די ברכות וואס רביה"ק בעל ברך משה זי"ע האט אים אנגעוואונטשן פון טיפן הארצן ביי זיין שידוך האט געברענגט ביז אהער, און די ברכות וועלן ווייטער באגלייטן אויך די קומענדיגע דורות,
מען האט געזינגען ווארימע ניגוני שבח והודאה על העבר, ובקשה על העתיד בדביקות ובהתרוממות,
דער רבי האט מסדר געווען די תנאים, ערב קבלן מצד הכלה: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו, מצד החתן: הרה"ח ר' שמעון כ"ץ הי"ו, עדים: הרה"ח ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי"ו און הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו,
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער מחותן דער אבי החתן שליט"א,
דער רבי האט מכבד געווען דער עלטער זיידע גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א, צו ליינען די תנאים,
דערנאך האט דער רבי געוואונטשן פארן חתן, גיסו גאב"ד קהלתינו ב"פ שליט"א, בנו הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א און חתנו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א, און פאר די מחותנים און זיידעס, און באזונדער האט דער רבי טעלעפאניש געוואונטשן פאר דער עלטער זיידע הגה"צ אב"ד גרינוויל שליט"א וועלכע געפינט זיך אין אריזאנע,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק כה תאמר לבית יעקב ותגד לבני ישראל און עס אויסגעטייטשט בעניני נשואין אז די כח פון אברהם אבינו גייט אריין אין יעדע אידישע שטוב און דאס האלט די שטוב הייליג,
דער רבי האט ארומגערעדט בדברי שבח פונעם חשוב'ן חתן 'א תלמוד חכם א ירא שמים' וואס מען האט שוין בעבר פארהערט אויף מקצועות התורה, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די חתן כלה, און דערנאך ווארעם אנגעוואונטשן פאר בנו הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א און די אנדערע מחותנים און זיידעס מצד החתן ומצד הכלה,
דער רבי האט ממשיך געווען בדברי שבח והודיה צו הקב"ה אז מען דערלעבט א שידוך שליסן פון א דור רביעי בשעטו"מ און מען דאנקט הקב"ה בתוך רבים אהללנו און מען בעט א תפילה אויף די עתיד מען זאל דערלעבן נאך אסאך שמחות ביי אלע קינדער, אייניקלעך, און אור אייניקלעך, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער חתן געזאגט די פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג,
מען האט ממשיך געווען צו זינגען ניגוני שמחה, און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד בשמחה עצומה מיט'ן גאנצן אויבנאן,
ארום 11:30 האט דער רבי פארלאזט דעם ביהמ"ד הגדול אויפן וועג אהיים קיין קרית יואל,
אויפ'ן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה און פאר די גאנצע משפחה.
~🌴~