מאנטאג תבוא חלק ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מאנטאג תבוא חלק ב'
פארמיטאג ארום 1:45 האט רבינו שליט"א משמיע געווען דער זעקסטער סוגיא שיעור אינעם סוגיא פון עד אחד נאמן באיסורין בהיכל המתיבתא - סניף ויואל משה.
עס איז אנוועזנד געווען הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו הק' מוומ"ס, ווען דערביי איז ענטשטאנען א ריתחא בפלפולא דאורייתא.
אין די נאכמיטאג שטונדן ארום 3:20 איז האדמו"ר מוויזניץ - וומ"ס געקומען אויף א באזוך ביי כ"ק מרן רבינו שליט"א אינאיינעם מיט בנו הרה"צ ר' חיים מאיר שליט"א ר"י תורת מרדכי דוויזניץ אין בלומינגראוו, ווי שוין באריכטעט.
אין די שפעטע נאכמיטאג שטונדן ארום 5:45 האט זיך רבינו שליט"א באטייליגט ביים שמחות השבע ברכות פאר נכד האדמו"ר מגור שליט"א אין ביהמ"ד הגדול בשיכון סקווירא.
דער רבי האט געמאכט א לחיים און זיך געוואונטשן מיט האדמו"ר מגור שליט"א, דערנאך האט דער רבי אנגעוואנטשן פאר דער חתן און די מחותנים.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 6:30 אינעם ביהמ"ד בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים מו''ה נפתלי צבי קלאגסברוין - מו"ה יעקב שלמה ארי' רובינפעלד,
אין די זאלן פון כינור דוד.
ווי אויך ביי די חופה פון די מחותנים מו"ה זלמן לייב קליין ע"ה - מו"ה אליעזר צבי קרויס,
אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ווי אויך ביי די חופה פון די מחותנים מו"ה אברהם סרוגא - מו"ה דוד דניאל כיבודי,
אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
פון 7:00 ביז 12:45 אויפדערנאכט איז געווען קבלת קהל בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
אויפדערנאכט ארום 10:35 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים,
ר' יעקב יודא גפן - ר' יוסף לייב ברוין,
אינעם תנאים זאל פרדס ווידער - אולם לעווינגער בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ארום 12:50
~🌴~