דאנערשטאג בשלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג בשלח=
ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישן ביהמ"ד.
בעל תפילה: הרה"ח ר' חיים בעריש שפילמאן הי"ו - ק"י.
ביים ליינען זענען מכובד געווארן,
פתיחה: הרה"ח ר' אהרן דוב געטטער הי"ו - ב"פ.
בעל קורא: הגה"צ ר' שלום ראטה שליט"א - אב"ד אויסטריק.
כהן: הרה"ח ר' מאיר מענדל ווייס הי"ו - ק"י.
לוי: הרה"ח ר' משה אלי' ווערצבערגער הי"ו - ק"י.
שלישי: רבינו שליט"א.
הגבה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
גלילה: הרה"ח ר' יואל ברצ"א עקשטיין הי"ו - ק"י.
נאך שחרית האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער פארשידענע געגענטער אין ניו יארק ווי אידן האבן זיך באזעצט נאך די צווייטע וועלט מלחמה.
פארנאכטס ארום 5:55 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם שטאטישן ביהמ"ד,
בעל תפילה: ר' שלמה מנשה ב"ר יואל פאלקאוויטש הי"ו - ק"י.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו,
ביים זמן ר"ת ארום 6:35 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
נאך תפילת מעריב איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל די שמחת קישור החיתון פונעם עלטסטן אור אייניקל הכלה בת הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א חתן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א,
דער רבי האט צום ערשט געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט,
מען האט געזינגען ניגוני הודאה מיט גרויס התרגשות,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די אנוועזנדע רבנים שליט"א און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'עזי וזמרת קה ויהי לי לישועה' און ארויסגעברענגט אז דורכ'ן בויען א אידישע שטוב איז מען ממשיך די שכינה הק' און עס ווערט אלקי אבי 'וארוממנהו',
און דער רבי האט ממשיך געווען בקול חונק מדמעות ארויסברענגענדיג מיט התרגשות של שמחה די געפילן יעצט ווען מען טוט א שידוך מיט די ערשטע אור אייניקל און די שבח והודיה וואס מען דארף געבן פאר הקב"ה אז מען דערלעבט אזא חשוב'ע שידוך מיט א חתן א תלמוד חכם א בר אוריין, אן אייניקל פון צדיקים וקדושים, נאנטע משפחה אן אייניקל פון הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע ולמעלה בקודש,
און דער רבי האט דערמאנט אז די כלה איז געבוירן די טאג פון די הסתלקות פון מר אביו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע וואס האט נאך דערלעבט א דור חמישי און עס איז זיכער אז ער וואלט געהאט א שטארקע שמחה מיט די יעצטיגע שידוך,
און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב מריחוק מקום פארן חתן, מחותנים, און די חשובע זיידעס רבנים שליט"א און פארן גאנצן אנוועזנדן ציבור.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה פאר א לענגערע צייט,
מען האט געענדיגט ארום 7:15, און דער גאנצער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.
א גוטע נאכט.
~🌴~