מיטוואך בשלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך בשלח=
ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישן ביהמ"ד.
בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו.
נאך שחרית האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער די היסטאריע פון אייראפע פאר די ערשטע וועלט מלחמה, און מעשיות פון די צווייטע וועלט מלחמה.
פארנאכטס ארום 5:50 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם שטאטישן ביהמ"ד,
בעל תפילה: הרה"ח ר' חיים בעריש שפילמאן הי"ו - ק"י.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו,
ביים זמן ר"ת ארום 6:30 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב,
בעל תפילה: ר' אהרן ברוך קאהן הי"ו - ק"י.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביהמ"ד.
א גוטע נאכט.
~🌴~