דינסטאג בשלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג בשלח=
ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישן ביהמ"ד.
דער רבי האט געצינדן לעכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדה"ק, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי פארציילט עובדות וסיפורים פונעם בעל הילולא זי"ע פאר א לענגערע צייט.
פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם שטאטישן ביהמ"ד,
דער רבי האט געצינדן לעכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע.
נאך מנחה האט דער רבי מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל די יומדה"ק,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און מען האט אויפגעגעבן אלע מאכלים אזוי ווי יו"ט,
נאך די פיש האט דער רבי געמאכט א סיום אויף מסכת גיטין וועלכע איז געלערנט געווארן דורך חבורת יסודי התורה און דערנאך געזאגט קדיש,
במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגונים וואס מען האט געזינגען ביים בעל הילולא זי"ע,
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד אויסטריק שליט"א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דב"ק, און ארומגערעדט במשנתו פונעם בעל הילולא זי"ע, דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט סיפורי קודש פאר א לענגערע צייט,
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, מען האט געענדיגט ארום 7:10.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב,
בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו.
א גוטע נאכט.
~🌴~