מאנטאג בשלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג בשלח=
ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישן ביהמ"ד.
בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו.
ביים ליינען זענען מכובד געווארן,
פתיחה: הרה"ח ר' יעקב מרדכי פאזנער הי"ו.
בעל קורא: הגה"צ ר' שלום ראטה שליט"א - אב"ד אויסטריק.
כהן: הרה"ח ר' חיים שאול קאהן הי"ו - ק"י.
לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
שלישי: רבינו שליט"א.
גלילה: הרה"ח ר' חיים בעריש שפילמאן הי"ו - ק"י.
נאך שחרית האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער חפצי קודש פון רבותיה"ק העצי התמרים זי"ע.
פארנאכטס ארום 5:50 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם שטאטישן ביהמ"ד,
בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו,
ביים זמן ר"ת ארום 6:30 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב,
דער רבי האט אנגעצינדן פינף לעכט און א נשמה לעכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע.
א גוטע נאכט.
~🌴~