שבת קודש פרשת בא במקום הנופש פאלם ספרינגס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת בא במקום הנופש פאלם ספרינגס=
ביים שקיעה הנראית ארום 4:05 האט זיך דער רבי פורש געווען ממלאכה כמנהגו.
ארום 5:55 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש אינעם שטאטישן ביהמ"ד,
דער רבי האט זיך מתעטף געווען מיטן טלית און איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומ"ס.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:20.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און די געסט האבן שלום גענומען, און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
ארום 9:45 האט מען געעפענט די טיר צו די זמירות ודברי תורה,
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר משה ברוך זילבער שליט"א - ב"פ.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי"ו - ק"י.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק וגם מקנינו ילך עמנו און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא צו מען גייט בתר כמות אדער בתר איכות.
קה אכסוף: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון זקינו מרן הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דינסטאג ו' שבט.
קה רבון עלם: הר"ר יודא בער טעללער שליט"א - וומ"ס.
מען האט אויפגעגעבן בונדלעך און געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר ביי נכד רבינו בן הנולד אצל הר"ר יקותיאל יודא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אברהם שלמה כהנא הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט ארום 11:30.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:25.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו - ק"י.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
פארן ליינען איז פארגעקומען די אפיעל פארן ביהמ"ד דורך הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יוסף חביב באסול הי"ו - וומ"ס.
בעל קורא: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
כהן: הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א.
לוי: הר"ר ישכר בעריש פריעדמאן שליט"א, בן הגה"צ אבד"ק אולם שליט"א.
שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' אברהם שלמה כהנא הי"ו - וומ"ס.
חמישי: הר"ר יונתן דענעבוים שליט"א.
דעם רבינס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך,
שביעי: הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו - וומ"ס.
הוספות: הרה"ח ר' ישעי' משה בערקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
הרה"ח ר' אברהם קלמן אליעזר מאסרי הי"ו - ק"י.
אחרון: הבה"ח ב"ר שלום זושא קעסלער הי"ו - וומ"ס.
מפטיר: הרבני הנגיד ר' בערל ווייס הי"ו - לאס אנדזשעלעס.
הגבה: הרה"ח ר' נפתלי ווייס הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' יואל ברא"ש כהנא הי"ו - וומ"ס.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יומדה"ק פון מרן הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע וואס געפאלט דעם דינסטאג ו' שבט.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יוסף דוב ראזענפעלד הי"ו - ק"י.
מען האט געענדיגט ארום 12:40, און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:55.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר יודא ביקעל שליט"א - ק"י.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
כהן: הרה"ח ר' חיים שאול קאהן הי"ו - ק"י.
לוי: הרה"ח ר' יצחק ברש"י אפפעל הי"ו - וומ"ס.
שלישי: הר"ר יואל בר"א עקשטיין שליט"א - ק"י.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יעקב ציטראנענבוים הי"ו - ב"פ.
ביי של"ס האט דער רבי פארטיילט שיריים פון די פיש פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק זאת חקת הפסח און ארויסגעברענגט אז די בעסטע עצה אז נאכן תשובה טוהן זאל מען בלייבן נתקרב צו הקב"ה און די פגם החטא זאל נישט קאליע מאכן, איז נאר דורך לימוד התורה, לערנען גמרא מיט תוס',
און דער רבי האט מאריך געווען מיט דברי התעוררות לרגל די ימי השובבי"ם און שטארק מעורר געווען זיך מחזק צו זיין מיט לימוד התורה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' יודל פערלשטיין הי"ו - ב"פ.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
צו מעריב דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יומדה"ק פון מרן הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע וואס געפאלט דעם דינסטאג ו' שבט.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:10.
~🌴~