דינסטאג בא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג בא=
ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישן ביהמ"ד.
בעל תפילה: הר"ר אהרן פערל שליט"א - ב"פ.
נאך שחרית האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער פילע אידישע ישובים אין ניו יארק און אין גאנץ אמעריקע.
אין די פארמיטאג שעות איז געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש הגה"צ ר' יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א - דומ"ץ שיכון סקווירא, וועלכע וויילט אין פאלם ספרינגס אויף אפרוה אין די יעצטיגע טעג,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע הלכה'דיגע שמועס איבער פילע מקצועות התורה און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו און באגלייט ביזן קאר.
פארנאכטס ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם שטאטישן ביהמ"ד,
בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן יוסף פריעדמאן הי"ו - ק"י.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו,
ביים זמן ר"ת ארום 6:25 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב,
בעל תפילה: הרה"ח ר' הערשל לעווי הי"ו - ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~