זונטאג בא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג בא=
ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישן ביהמ"ד.
בעל תפילה: הרה"ח ר' שלמה הערש פעלדמאן הי"ו - ק"י.
נאכן דאווענען זענען די געסט וועלכע האבן געוויילט אויף שב"ק אריבער זיך געזעגענען.
אין די נאכמיטאג שעות איז אריבערגעקומען אויף א באזוך ביי רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש ש"ב כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א וועלכע וויילט אין די יעצטיגע טעג אויף אפרוה אין די דערנעבענדיגע האט ספרינגס געגענט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי בית וויזניץ און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו און באגלייט ביזן קאר.
פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם שטאטישן ביהמ"ד,
בעל תפילה: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו - ק"י.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו,
ביים זמן ר"ת ארום 6:25 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב.
נאך מעריב זענען די תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד' וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש אריבער זיך געזעגענען,
דער רבי האט ארויסגעברענגט די שטארקע קורת רוח און הנאה פון די שיינע שבת מיט די בחורים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
א גוטע נאכט.
~🌴~