שבת קודש פרשת וארא - מבה"ח שבט במקום הנופש פאלם ספרינגס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת וארא - מבה"ח שבט במקום הנופש פאלם ספרינגס=
אויף שב"ק האבן געוויילט בצל הקודש די תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד' אינאיינעם מיט די ראשי הישיבה הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א און הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א.
ביים שקיעה הנראית ארום 4:00 אזייגער האט זיך דער רבי פורש געווען ממלאכה כמנהגו.
ארום 5:50 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש אינעם שטאטישן ביהמ"ד,
דער רבי האט זיך מתעטף געווען מיטן טלית און איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:15.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און די געסט האבן שלום גענומען,
דערנאך איז דער רבי ארויס צום שאטער אינעם חצר הביהמ"ד וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורך ישיבה גדולה שיעור ד' ווי מען האט געגעסן די סעודות,
דער רבי האט זיך אראפגעזעצט און די בחורים האבן געזינגען די זמירות און דער רבי האט זיך צוגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח,
נאך א שטיק צייט האט דער רבי געוואונטשן א גוט שבת און אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן עירוב וואס איז ספעציעל געמאכט געווארן אויף דעם שבת פונעם שאטער צום ביהמ"ד דורך די תלמידי הישיבה.
ארום 9:45 האט מען געעפענט די טיר צו די זמירות ודברי תורה,
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו - ק"י.
מנוחה ושמחה: נכד רבינו הרב חיים הערש ט"ב שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק וגם אני שמעתי את נעקת בני ישראל און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא צו פאר מתן תורה האט מען געהאט א דין ישראל אדער א דין בן נח.
קה אכסוף: נכד רבינו הרב יוקל ט"ב שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן בעל התניא זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן פרייטאג כ"ד טבת.
קה רבון עלם: הר"ר אהרן פערל שליט"א - ב"פ.
ביי די פירות האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר אלע חתנים תלמידי הישיבה.
אז ביום השביעי: הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 11:10.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:35.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
פארן ליינען איז פארגעקומען די אפיעל פארן ביהמ"ד דורך הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם חיים ליכטענשטיין הי"ו - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר יודא בער טעללער שליט"א - וומ"ס.
בעל קורא: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
כהן: הר"ר אהרן פערל שליט"א.
לוי: הרה"ח ר' הערשל לעווי הי"ו - ק"י.
שלישי: הגה"צ ר' יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א - דומ"ץ שיכון סקווירא.
רביעי: הרה"ח ר' שלום משה עקשטיין הי"ו - ק"י.
חמישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
דעם רבינס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' הערשל לעווי הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך,
שביעי: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
הוספות: הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א.
הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א.
אחרון: ר' פנחס איידליס הי"ו - ק"י.
מפטיר: הרה"ח ר' שלום משה אייזענבערגער הי"ו - שיכון סקווירא.
הגבה: הרה"ח ר' שלמה הערש פעלדמאן הי"ו - ק"י.
גלילה: הרה"ח ר' חיים ווייס הי"ו - ק"י.
נאכן ליינען האט דער רבי ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ דומ"ץ שיכון סקווירא שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: נכד רבינו הרב יוקל ט"ב שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 12:30, און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:45.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' חנני' שמואל ווערצבערגער הי"ו - ק"י.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הר"ר מנחם ישעי' לעווי שליט"א - ק"י.
בעל קורא: נכד רבינו הרב חיים הערש ט"ב שליט"א.
כהן: הר"ר שמואל משה פריעדמאן שליט"א - ק"י.
לוי: הרה"ח ר' חיים הערש אפפעל הי"ו - ק"י.
שלישי: נכד רבינו הרב יוקל ט"ב שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הב' יואל משה ב"ר חיים ראובן שעהנברוין הי"ו - ק"י.
ביי של"ס האט דער רבי פארטיילט שיריים פון די פיש פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'וגם אני שמעתי את נעקת בני ישראל' און נאכגעזאגט פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אז ווען הקב"ה וואלט ווען גערעכנט די פגם פון אן עבירה לויט וויפיל עס איז פוגם בעולמות העליונים וואלט ווען ח"ו נישט געניצט קיין תשובה, אבער הקב"ה ברוב רחמיו וחסדיו רעכנט עס נאר אויף וויפיל עס איז פוגם אויף די וועלט במילא ניצט יא תשובה,
און דער רבי האט מאריך געווען בדברי מוסר והתעוררות זאגענדיג אז די יעצטיגע וואכן ווען מען ליינט פון יציאת מצרים איז ספעציעל מסוגל צו תשובה טוהן אויף עבירות בעניני קדושה, און מעורר געווען אז עס איז שוין אריבער צוויי וואכן - א דריטל פון די ימי השובבי"ם און יעדער דארף מאכן א חשבון הנפש וואס מען האט שוין אויפגעטוהן און זיך פארבעסערט בדיבור במעשה ובמחשבה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
קל מסתתר: הר"ר יודא בער טעללער שליט"א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
צו מעריב איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו - ק"י.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:00 אזייגער.
א גוטע וואך.
~🌴~