פרייטאג וארא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג וארא=
ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישן ביהמ"ד.
בעל תפילה: ר' אברהם שמחה ניסן פעלדמאן הי"ו - ק"י.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדה"ק פון זקינו הרה"ק הבעל התניא זי"ע,
דער רבי האט פארציילט סיפורי קודש פונעם בעל הילולא פאר א לענגערע צייט,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און עקסטער פארן ארטיגן חב"ד רב הרב שלמה אהרן דענעבוים שליט"א.
נעכטן אין די פארמיטאג שעות האט דער רבי טעלעפאניש מנחם אבל געווען די קינדער פון הגה"צ רבי משה אהרן רייך זצ"ל - גאב"ד פשעווארסק וומ"ס.
א גוט שבת.
~🌴~