זונטאג וארא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג וארא=
ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישן ביהמ"ד.
בעל תפילה: הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א - ק"י.
נאכן דאווענען איז דער ציבור וואס האט געוויילט אויף שבת בצל הקודש אריבער זיך געזעגענען.
נאך שחרית האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבערן הייליגן כתב סופר זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן היינט י"ט טבת.
פארנאכטס ארום 5:35 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם שטאטישן ביהמ"ד,
בעל תפילה: הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו,
ביים זמן ר"ת ארום 6:15 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב.
נאך מעריב זענען אריבער שלום נעמען תלמידי ת"ת תורת אמת פון לאס אנדזשעלעס,
דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די מוסדות און אנגעוואונטשן פארן מנהל ברכת קדשו.
א גוטע נאכט.
~🌴~