שבת קודש פרשת שמות במקום הנופש פאלם ספרינגס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת שמות במקום הנופש פאלם ספרינגס=
ביים שקיעה הנראית ארום 3:55 האט זיך דער רבי פורש געווען ממלאכה כמנהגו.
ארום 5:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש אינעם שטאטישן ביהמ"ד,
דער רבי האט זיך מתעטף געווען מיטן טלית און איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הגה"צ אבד"ק היבנוב שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:00 אזייגער.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
ארום 9:30 האט מען געעפענט די טיר צו די זמירות ודברי תורה,
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו - ק"י.
מנוחה ושמחה: הר"ר יוסף שלמה פייערשטיין שליט"א - ק"י.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ויאמר אליהם מלך מצרים למה משה ואהרן תפריעו את העם ממעשיו און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון דברה תורה בלשון בני אדם.
קה אכסוף: הר"ר פנחס שלום ראטענבערג שליט"א, בן האדמו"ר מקאסאן ב"פ שליט"א.
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן בני יששכר זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן שב"ק י"ח טבת.
קה רבון עלם: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א - רב דביהמ"ד רב טוב ק"י.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 10:45.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:30.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אברהם יודא לעבאוויטש הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט נכדו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א.
פארן ליינען איז פארגעקומען די אפיעל פארן ביהמ"ד דורך הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הר"ר יוסף שלמה פייערשטיין שליט"א.
בעל קורא: הר"ר יוסף שלמה פייערשטיין שליט"א.
כהן: הרה"ח ר' מאיר גראס הי"ו - ק"י.
לוי: הרה"ח ר' ידידי' קלאגסברוין הי"ו - מאנסי.
שלישי: הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א.
רביעי: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א.
חמישי: הגה"צ אבד"ק היבנוב שליט"א.
דעם רבינס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך,
שביעי: הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו.
אחרון: הב' המשב"ק שניאור זלמן עקשטיין ני"ו.
מפטיר: הר"ר פנחס שלום ראטענבערג שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו - ק"י.
גלילה: הר"ר צפני' שרעבי שליט"א.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יעקב יוסף אונגער הי"ו - שיכון סקווירא.
מען האט געענדיגט ארום 12:10, און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:30.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' דוד פארקאש הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א - ק"י.
כהן: הרה"ח ר' חיים שאול קאהן הי"ו - ק"י.
לוי: ר' משה ברצ"א קליין הי"ו - ק"י.
שלישי: הרה"ח ר' משה יוסף פריעדלענדער הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הר"ר חיים יעקב הערשקאוויטש שליט"א - ק"י.
ביי של"ס האט דער רבי פארטיילט שיריים פון די פיש פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט מכבד געווען מיט אודה הר"ר חיים יעקב הערשקאוויטש שליט"א.
שיר המעלות: הר"ר יוסף שלמה פייערשטיין שליט"א.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ויאמר ראה ראיתו את עני עמי אשר במצרים' און ארויסגעברענגט אז יעדע מענטש האט א יצר הרע וואס מען איז באשאפן געווארן דערמיט אבער עס איז אויך דא א יצר הרע וואס די מענטש אליינס באשאפט דורך זיינע שלעכטע מעשים, און בדין וואלט אויף דעם יצר הרע נישט געניצט קיין תשובה מועטת אזוי ווי עס ניצט ביים געהעריגן יצר הרע אזוי ווי עס שטייט אין חז"ל 'פתחו לי פתח כחודו של מחט ואני אפתח לכם פתח כפתחו של אולם' נאר מען וואלט געדארפט געהעריג תשובה טוהן אויף דעם, זאגט אבער דער תנא רבי עקיבה 'מה מקוה מטהר את הטמאים' נישט קיין חילוק וויאזוי מען איז טמא געווארן 'אף הקב"ה מטהר את ישראל' נישט קיין חילוק אויף וועלכע עבירות,
און דער רבי האט מאריך געווען מיט דברי התעוררות זאגענדיג אז מען שטייט יעצט אין די ימי השובבי"ם און יעדער דארף מאכן א חשבון הנפש און תשובה טוהן אויף אלע עבירות און זיכער מאכן אז מען באשאפט נישט קיין פרישע יצר הרע.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א.
צו מעריב איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה יוסף פריעדלענדער הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 7:30.
א גוטע וואך.
~🌴~