דינסטאג שמות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג שמות=
ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישן ביהמ"ד.
בעל תפילה: הרה"ח ר' משה יוסף פריעדלענדער הי"ו - ק"י.
נאך שחרית האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבערן הייליגן בעל התניא זי"ע און איבער פארשידענע מנהגי חב"ד.
פארנאכטס ארום 5:35 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם שטאטישן ביהמ"ד,
ביים אנקומען אין ביהמ"ד האט דער רבי זיך באגריסט מיט הגה"צ אבד"ק היבנוב שליט"א וועלכע איז היינט אנגעקומען אויף מנוחת הנפש.
בעל תפילה: הרה"ח ר' משה יוסף פריעדלענדער הי"ו.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו,
ביים זמן ר"ת ארום 6:15 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב.
א גוטע נאכט.
~🌴~