מאנטאג שמות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג שמות=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב הכהן פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' עמרם יואל שאלאמאן הי"ו - ב"פ, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל ברמ"י קאהן הי"ו.
ב"ר יוסף מרדכי פילאפף הי"ו.
ב"ר יואל ברש"וו שאהנפעלד הי"ו.
ב"ר יואל בר"ש פריעדמאן הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה מסכת שבת דף ד. בסוגית 'וכי אומרים לו לאדם חטא כדי שיזכה חבירך', ווי דערביי האט דער רבי איבערגעלאזט א קשיא פאר די בחורים אין די סוגיא איידערן אפרייזן למנוחת הנפש אויף פאלם ספרינגס קאלעפארניע.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א מיט כי מלאכיו לרגל דאס אפרייזן אויף מנוחת הנפש קיין פאלם ספרינגס קאליפארניע.
בביתו נאוה קודש איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ רבי רפאל אבוחצירא שליט"א - נשיא מוסדות מאיר עיני ישראל בארה"ק,
אויך איז אנוועזנד געווען הגה"צ רבי יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א אב"ד ראשית חכמה מאנטריאל,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה און איבער זכרונות פון די באזוכן פון רבינו שליט"א אין עיה"ק מירון ווי דער רב שליט"א וואוינט,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו און געגעבן ספרו לב אהרן פארן רב שליט"א.
ארום 1:15 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אינאיינעם מיטן לאנגיעריגע חברותא הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א אויפן וועג צום סטוארט לופטפעלד,
ארום 2:30 האט זיך געהויבן די פריוואטע פליגער אויפן וועג קיין פאלם ספרינגס קאלעפארניע ווי דער רבי וועט וויילן למנוחת הנפש ביז קומענדיגן מאנטאג יתרו הבעל"ט.
די פליגער האט געלאנדעט אינעם פאלם ספרינגס אינטערנעשענעל לופטפעלד ארום 4:45 -ארטיגע זייגער (ארום 7:45 ניו יארק'ע זייגער).
דער רבי איז אפגעווארט געווארן אין לופטפעלד דורך אנשי שלומינו וועלכע וויילן דארט אויף אפרוה און דער רבי איז צוגעפארן לביתו נאוה קודש.
ארום 5:30 איז דער רבי אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם שטאטישן ביהמ"ד, ביים אנקומען אין ביהמ"ד האט שלום גענומען הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א וועלכע געפינט זיך דארט אין די יעצטיגע טעג אויף אפרוה,
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מעריב.
בעל תפילה: הר"ר חיים יעקב הערשקאוויטש שליט"א.
נאך מעריב איז דער אנוועזנדער ציבור אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א.
א גוטע נאכט.
~🌴~