שבת קודש פרשת כי תצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
שבת קודש פרשת כי תצא
דעם שבת האט דער רבי באנייט די נייע חדר הפרטי אין ביהמ"ד הגדול נדבת הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער.
ארום 8:25 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' מענדל עקשטיין.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:55.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען דער אפיעל לטובת הצלת ילדי בוכארע.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת.
ארום 10:25 איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש אינעם בנין מבצר הכוללים אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר בן הגה''צ ר' ברוך טייטלבוים - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הגה"צ ניאמצער רב שליט"א פון וומ"ס.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען ר' אברהם קייזער - אשדוד.
מנוחה ושמחה: ר' זלמן לייב שלעזינגער - ביתר.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק לא תלבש שעטנז וכו' גדילים תעשה לך און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.
קה אכסוף: הר"ר מאיר פאנעט שליט"א.
ברכת המזון: הגה"צ ניאמצער רב שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' יוקל ט"ב מ'וואלאווא זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מאנטאג ט"ו אלול.
קה רבון עלם: הר"ר שמואל האלבערשטאם שליט"א מטשאקאווא.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
דערנאך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' אלי' פארקאש.
אז ביום השביעי: ר' יעקב לאנדא - ב"פ.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 1:05
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:35
ברכות: ר' מענדל פרענקל.
פסוקי דזמרה: ר' מאיר אלי' אקער.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל יעקב סופר.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' אברהם ראבינאוויטש שליט"א - ירושלים.
כהן: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי.
לוי: ר' אהרן מאשקאוויטש.
שלישי: כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א.
רביעי: החתן נפתלי שמואל ב"ר יואל לאנדא - באווארפן.
חמישי: החתן יעקב בער ב"ר זלמן לייב קליין ע"ה - אנטווערפן - באווארפן.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' משה יודא שפילמאן.
שביעי: החתן יואל ב"ר יודא יושע וויינשטאק - באווארפן.
החתן אלכסנדר אברהם ב"ר זלמן לייב פעלבערבוים - באווארפן.
ר' מאיר שלום קליין.
החתן דוד יואל ב"ר ברוך מאיר בראדער. החתן שלמה ב"ר יואל בר"י עקשטיין.
החתן אליעזר ב"ר אלי' שפיצער.
אחרון: החתן בנימין בן הרה"צ ר' שאול יצחק ראבינאוויטש זצ"ל.
מפטיר: הרה"ח ר' נחום מרדכי וויינבערגער - לאנדאן.
הגבה: הרה"ח ר' זלמן לייב לאנדא - ב"פ.
גלילה: ר' יודא יושע וויינשטאק.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הר"ר שמואל האלבערשטאם שליט"א מטשאקאווא.
פתיחה צו אנעים זמירות: ר' וואלף ליכטענשטיין.
מען האט געענדיגט ארום 12:45.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:15
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן - וומ"ס.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: ר' מאיר סימאן.
כהן: ר' ישראל לייב כהן.
לוי: ר' יצחק לעווי - אנטווערפן.
שלישי: ר' יצחק מארקאוויטש.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: ר' פנחס משה לאנדא לאנדא.
ביי שלו"ס איז אויך אנוועזנד געווען כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א ווי רבינו שליט"א האט אים מכבד געווען ביותרת הכבוד און מכבד געווען צו זיצן נעבן זיך,
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק כי ה' אלוקיך מתהלך בקרב להצילך ולתת אוביך לפניך, דורשי רשימות זאגן אז ל'הצילך ו'לתת א'וביך ל'פניך איז ר"ת אלול, ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט אז להצילך איז מלשון צל אז הקב"ה איז א שאטן פאר כלל ישראל און ווי אזוי כלל ישראל פירט זיך אויף פירט זיך הקב"ה אויף צו זיי,
און אז מען וועט מקיים זיין דעם 'זכרו' בוראכם וועט הקבה מקיים זיין דעם 'זכרנו' ה' אלוקינו בו לטובה און עס וועט זיין 'נזכר' ונכתב לחיים ולשלום,
דער רבי האט צוגעענדיגט אז מ'זעט אז עס איז געווען אזא ביטערע שווערע יאר מיט אזויפיל צרות און עגמת נפש בעט מען דעם אייבערשטן אז עס זאל זיין א בעסערע תשובה און א בעסערע חתימה און מען זאל זוכה זיין צו תכלה שנה וקללותיה תחל שנה וברכותיה בב"א
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש.
קל מסתתר: הרה"ח ר' נחום מרדכי וויינבערגער - לאנדאן.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן בנימין ראבינאוויטש.
מיט אמירת שבע ברכות האט דער רבי מכבד געווען כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א.
צו מעריב איז צוגעגאנגן ר' מנחם זאב מאקעבעצקי.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:50.
א גוטע וואך
~🌴~