שבת קודש פרשת ויגש
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת ויגש=
ארום 5:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' יצחק פייערשטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:45.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פארן מגבית 'חבר נאמן' לטובת ועד הפעולה שע"י העדה החרדית.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יואל יאקאב הי"ו - ירושלים.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרה"ג ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א מראצפערט, בן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
מנוחה ושמחה: הר"ר יקותיאל יודא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ובני דן חושים און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון צו מען האט געהאט פאר מתן תורה א דין ישראל אדער א דין בן נח.
קה אכסוף: הרה"ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א.
ברכת המזון: האדמו"ר מ'סערעדנא שליט"א פון ב"ב.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן שינאווא רב זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מאנטאג ו' טבת.
קה רבון עלם: הרב יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הר"ר יודא גרינפעלד שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:20.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:25.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מיכאל דוב קרויס הי"ו - ב"פ.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א - מראה"כ.
כהן: הרה"ח ר' אברהם מתתי' קאהן הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' דוד יערמיאש הי"ו.
שלישי: ר' אהרן אפרים קארנבלי הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
רביעי: ר' חיים ברא"ז ראטה הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
חמישי: ר' ישי בוכינגער הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
שביעי: ר' מאיר הערש שפיטצער הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
אחרון: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א.
מפטיר: הרה"ח ר' אברהם מאיר איצקאוויטש הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' חיים קארנבלי הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יושע חיים שפיטצער הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען האדמו"ר מ'סערעדנא שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' ליפא פוקס הי"ו - לאנדאן.
מען האט געענדיגט ארום 12:15.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:15.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' מאיר נפתלי פערל הי"ו - וומ"ס.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ברוך מרדכי ראזענבערג הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' יצחק מרדכי בר"ש כ"ץ הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' שמואל דוד וויינבערגער הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' זלמן עפשטיין הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יעקב בר"ש פריעדמאן הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'וישלחנו אלקים לפניכם לשום לכם שארית בארץ' און ארויסגעברענגט אז די סיבה פארוואס יוסף הצדיק האט נישט מודיע געווען במשך די אלע יארן פאר יעקב אבינו אז ער לעבט איז געווען וויבאלד די שבטים האבן געמאכט א גזירה און א תקנה אז מען זאל נישט פארציילן פאר יעקב אבינו און יוסף הצדיק האט מקיים געווען אלע תקנת חז"ל במילא האט ער נישט מודיע געווען פאר יעקב, און אין דעם זכות וועט הקב"ה אויך מקיים זיין אלע חיובי בעל לאשה וואס איז אויך א תקנת חז"ל און וועט משפיע זיין פרנסה און רפואה פאר כלל ישראל,
און דער רבי האט שטארק מעורר געווען נזהר צו זיין אין אלע מצוות דרבנן ובפרט זיך אוועקצוכאפן אין די יעצטיגע קורצע ווינטער טעג צו דאווענען מנחה און אין דעם זכות וועט הקב"ה מקיים זיין אלע חיובי בעל האשה און אויסלייזן כלל ישראל פון גלות וואס דאס איז אויך איינע פון די חיובי בעל לאשה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' משה שווארטץ הי"ו - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 7:20.
נאך הבדלה האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' מרדכי מתתי' האלפערט הי"ו און הרה"ח ר' שלמה היימליך הי"ו היושבים ע"פ בתו /אשתו ע"ה.
בביתו נאוה קודש זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה בחורים פון ישיבת נועם התורה פון מאנסי וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש,
דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
א גוטע וואך.
~🌴~