פרייטאג ויגש
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג ויגש=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל אלעזר אייזדארפער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' שמחה קרויס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אהל ישראל מאיר אויף מאנטען אינאיינעם מיט כולל לחתנים.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר ליפא סאנדעל הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די ראשי החבורה, פארן מנהל הכולל הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א, פאר די בר מצוה בחור, און פאר אלע חתנים לומדי הכולל,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דב"ק ודברי הדרכה פאר די חתנים.
א גוט שבת.
~🌴~