דאנערשטאג ויגש
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג ויגש=
~זאת חנוכה~
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' הערשל מיטטעלמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף מארקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה שיעור ד'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר חיים הערש כ"ץ הי"ו.
ב"ר ישעי' שבתי בראך הי"ו.
ב"ר חנני' יו"ט ליפא שאלאמאן הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ"י הישיבה, פאר די בר מצוה בחורים, און פאר אלע תלמידי הישיבה,
דערנאך האט מען געגעבן א קוויטל כוללות פון אלע תלמידי הישיבה און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען ברכת הקודש פאר אלע בחורים נאכזאגענדיג אז חנוכה דארף זיין 'איש וביתו' און איז מסוגל פאר שידוכים און אנגעוואונטשן שידוכים פאר אלע בחורים,
דערנאך זענען אלע תלמידי הישיבה אריבער און דער רבי האט פארטיילט מטבעות פאר אלע בחורים.
דערנאך איז דער רבי ארויס אין חצר פון ישיבה ווי עס איז פארגעקומען די מעמד שריפת הפתילות,
דער רבי האט אנגעצינדן די מדורה און אריינגעווארפן די קנויטן,
דערנאך האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, מען האט געענדיגט 1:00 אזייגער.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 4:45 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
נאך מנחה ארום 5:15 איז דער רבי אנגעקומען אין די זאלן פון כינור דוד ווי דער רבי האט מאריך געווען שלחנו הטהור לכבוד זאת חנוכה אינאיינעם מיט די תלמידי שיעור ג' פון די ניין סניפי ישיבות קטנות פון מוסדותינו הק' ק"י,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יו"ט,
במשך די סעודה האט מען מאריך געווען מיט ניגוני חנוכה וימים נוראים,
מיט מזמור שיר חנוכת האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א - מנהל ישיבה סניף רב טוב,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, צום ערשט לענגערע דברי דרוש ופלפול בעניני חנוכה, און דערנאך ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר די בחורים, צווישן אנדערע בעניני טעכנעלאגיע, שטארק מעורר געווען נישט צו רעדן מיט די תפילין, און ארויסגעברענגט די חשיבות פון די בחור'ישע יארן, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע בחורים.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א - ראש המנהלים,
מען האט געענדיגט ארום 6:50.
זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 11:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך האדמו"ר מ'סערעדנא שליט"א פון ב"ב,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בעניני כתיבת ספר תורה און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקודש פנימה הנהלת כולל חבת ירושלים אין שפיץ פון הגה"צ רבי ישכר בעריש רובין שליט"א מדאמבראווע און הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א - אב"ד ציעשנוב ק"י מקבל זיין ברכת הקודש לקראת די מעמד 'רצונו של צדיק' וואס קומט פאר דעם מוצ"ש אין ק"י לטובת הכולל,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די היסטאריע פונעם כולל און איבער די פעולות פונעם כולל היינטיגע צייטן, צווישן אנדערע איז געוויזן געווארן א בריוו פון הרה"ק מטאלטשאווע זי"ע לטובת הכולל און א בעכער פונעם הייליגן ראפשיצער רב זי"ע מיט וואס די נדבנים וועלן האבן די זכי' צו קענען טרינקן פון דעם, און דער רבי האט עס באטראכט פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התרגשות, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יוסף לייב בר"א קויפמאן הי"ו און הר"ר יואל ברד"ש בערגער שליט"א,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' אהרן וואלף פאלאטשעק הי"ו און הרה"ח ר' וואלף בר"מ לאנדא הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
אויך זענען אריין די עסקנים פון וועד הפעולה שע"י העדה החרדית מקבל זיין ברכת הקודש לקראת די מגבית 'חבר נאמן' אנצושליסן טויזענט אנשי שלומינו אלץ 'מעמבערס' אין די עדה החרדית,
דער רבי האט געהערט א באריכט פון די פעולות פונעם וועד און די גרויסע געלטער וואס ווערט פארטיילט דורך כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50.
א גוטע נאכט.
~🌴~