מיטוואך ויגש
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך ויגש=
~יום ז' דחנוכה - בדר"ח טבת~
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ישעי' מאיר בלייך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען רביעי.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:15 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
=ליל זאת חנוכה=
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 6:00 אזייגער, פאר מעריב האט הב' המשב"ק שניאור זלמן עקשטיין ני"ו אנגעצינדן די מנורה.
ארום 9:20 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום אכטן לעכטל חנוכה במעמד אלפי אנשי שלומינו.
דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און דערנאך געמאכט די ברכות מיט א התלהבות אש, און דערנאך געזאגט די זמירות, בשעת די זמירות האט דער עולם געזינגען ניגוני התעורורות, און די קאפעליע האט געזינגען די ניגונים,
דערנאך האט הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין הי"ו פארגעזינגען מזמור שיר חנוכת כנהוג,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די קינדער פון די קאפעליע.
דערנאך האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגוני התעוררות פאר א לענגערע צייט.
ארום 10:15 האט דער רבי אנגעהויבן די דברות קודש ווי דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש און פלפול אויף די גמרא אין מסכת שבת דף כא. אין די סוגיא פון כבתה זקוק לה,
און דערנאך בדרך אגדה ווי דער רבי האט נאכגעזאגט אז די ר"ת פון ב'ניך כ'שתולי ז'תים ס'ביב לשלחנך איז בגי' 'חנוכה', און דער רבי האט מאריך געווען בקול בכי אז אין די חנוכה טעג דארף מען מתפלל זיין אויף ערליכע קינדער אז זיי זאלן זיצן אינדערהיים 'סביב לשלחנך' און נישט פאשען אויף פרעמדע פעלדער אזוי ווי מען זאגט ביי די לשם יחוד 'ויהי זרעי וזרע זרעי תלמידי חכמים' וכו',
מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און דער רבי האט ממשיך געווען אז אין די חנוכה טעג קומט אראפ רפואות פאר כלל ישראל און מען איז מתפלל אז מען זאל ח"ו נישט דארפן זיין אין שפיטאל נאר אלע קינדער זאלן זיין 'סביב לשלחנך',
מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און דער רבי האט ממשיך געווען אז אזוי אויך דארף מען מתפלל זיין אין די ימי החנוכה אז מען זאל באקומען א עריבות ומתיקות התורה וואס די נרות חנוכה זענען מסוגל פאר דעם,
מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און דער רבי האט ממשיך געווען אז אזוי אויך דארף מען מתפלל זיין אין די ימי החנוכה אז מען זאל קענען עוסק זיין בתורה אינאיינעם מיט די קינדער מיט א יגיעת התורה עס זאל זיין 'בניך כשתולי זתים סביב לשלחנך' מיט לימוד התורה, דער רבי האט ממשיך געווען און ארויסגעברענגט אז די ימי החנוכה איז געמאכט געווארן צו לויבן הקב"ה אויף אלע נסים און געזאגט אז מען זאגט ביי הלל מקימי מעפר דל מאשפות ירים אביון ווייל דאס איז די ימי החנוכה! הקב"ה נעמט אונז ארויס מעפר דל און דערהייבט אונז צו אים כביכול! און דער רבי האט מסיים געווען זאגענדיג אז חנוכה איז דא א ענין צו לויבן הקב"ה ברוב עם הדרת מלך און דאס ליגט א פליכט אויף יעדע מענטש צו לויבן הקב"ה אויף זיינע חסדים וואס ער באקומט, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מען האט אנגעהויבן ניגוני שמחה והודאה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט זיך דער רבי אראפגעזעצט און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני הודאה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט א סעט פון ספרו לב אהרן - מועדים פאר די בחורים מזמרים פון די קאפעליע.
מען האט געענדיגט ארום 11:45.
בביתו נאוה קודש איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו לאנדאן שליט"א וועלכע געפינט זיך דא אין די יעצטיגע טעג,
דער רב שליט"א האט איבערגעגעבן א גריס פון קהלתינו הק' אין לאנדאן און בפרט פון די ישיבה גדולה און די כולל, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי פלפול בשייכות צו די היינטיגע דברי תורה פון רבינו שליט"א,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
א גוטע נאכט.
~🌴~