דינסטאג ויגש
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג ויגש=
~יום ו' דחנוכה - אדר"ח טבת~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר יחיאל מיכל בערקאוויטש שליט"א, בן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
ב"ר משה הערש קליין הי"ו.
ב"ר יואל בר"א וויינבערגער הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
=ליל ז' דחנוכה=
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 6:00 אזייגער בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' יעקב ב"ר חיים וואלף פאלקאוויטש הי"ו אנגעצינדן די מנורה.
ארום 9:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום זיבעטע לעכטל חנוכה.
דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און דערנאך געמאכט די ברכות מיט א התלהבות אש, און דערנאך געזאגט די זמירות, בשעת די זמירות האט דער עולם געזינגען ניגוני התעורורות, און דערנאך האט די קאפעליע געזינגען די ניגונים,
ארום 9:55 האט דער רבי אנגעהויבן די דברות קודש ווי דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש און פלפול אויף די גמרא אין מסכת שבת דף כא. אין די סוגיא פון כבתה זקוק לה,
און דערנאך בדרך אגדה ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט אז די שם הוי"ה איז משפיע חסדים גלויים, און די שם אדנ"י איז משפיע חסדים נסתרים,
קוקן אויף די נרות חנוכה איז מעורר די שם הוי"ה און דאס איז משפיע עס זאל קומען אויף כלל ישראל חסדים גלויים עס זאל זיין 'הראנו ה' חסדך' מען זאל עס קענען זען מיט די אויגן, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 10:35.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין מבצר הכוללים צום יערליכן כינוס התחזקות דורך 'חבורת ליל שישי',
מען האט געזינגען עטליכע ניגוני התעורורות און עס האט אויפגעטרעטן הר"ר הערשל קאהן שליט"א - מראשי החבורה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ודברי התחזקות ווי דער רבי האט ארומגערעדט אז פון חנוכה זעט מען אז מען גייט בתר אייכות, און דער רבי האט ארומגערעדט בדברי שבח פון די חבורה וואס צילט צו אויפהייבן די אייכות פונעם מענטש דורכ'ן זיך מחזק בעבודת השם מיטן לערנען חסידישע ספרים וואס דאס ברענגט אריין א אמת'ע השתוקקות לדבר מצוה, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 11:00 אזייגער.
א גוטע נאכט.
~🌴~