זונטאג ויגש
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג ויגש=
~יום ד' דחנוכה~
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל מבצר הכוללים אינאיינעם מיטן טעגליכן מנין במתינות וועלכע קומט פאר אינעם כולל און עס האבן מיטגעדאווענט פילע בעלי בתים ואברכים.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר''ר איתמר מייזליש שליט"א.
ב"ר אהרן צבי וועבער הי"ו.
ב"ר אברהם צבי משה הורוויץ הי"ו.
ב"ר יקותיאל דרעזנער הי"ו.
ב"ר יואל ברמ"ג שפיטצער הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה מנשה בר"ל פאלקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' משה יודא בר"נ ניימאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
נאך א קורצע צייט איז דער רבי אריינגעקומען צום מסיבת לחיים בהיכל הכולל קומה ג',
דער רבי איז צום ערשט ארויף צום נייעם צוגעבויעטן פליגל אויפן גאלערי וואס איז צוגעבויעט געווארן אין די יעצטיגע טעג וואס ענהאלט פרישע צענדליגע זיץ פלעצער פאר די ריבוי הלומדים,
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און זיך אומגעקוקט אויפן גאנצן גאלערי,
דערנאך איז דער רבי אראפ צום מסיבת לחיים, מען האט געזינגען עטליכע ניגוני התעוררות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און משמיע געווען דב"ק,
דער רבי האט ארויסגעברענגט אז יעצט אין די ימי החנוכה ווען מען נעמט אן אזוי ווי די בית הלל אז עס דארף זיין מוסף והולך איז די פאסיגע צייט צו פארברייטערן די כח התורה פונעם 'בנין מבצר הכוללים' וואס דער בנין איז דער שענסטער בנין אין שטאט ק"י! וואס פון דא קומען ארויס מורי הוראה, מלמדים, און בעלי בתים חשובים,
דער רבי האט מאריך געווען בשבח פונעם כולל און בפרט פונעם מנין שחרית במתינות, און ארויסגעברענגט די הכרת הטוב וואס מען דארף האבן פאר די הנהלת הכולל סיי די הנהלה גשמי וואס שאפן די גרויסע געלטער פאר די הוצאת הכולל, וואס לויט ווי עס קוקט יעצט אויס וועט מען בקרוב דארפן צובויען נאך א שטאק צום בנין פאר די פילע לומדים, און סיי די הנהלה רוחני וואס מאכן זיכער אז יעדע אינגערמאן איז מסודר מיט די לימודים וכו',
און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די לומדי והנהלת הכולל.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים און דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר די הנהלת הכולל, פאר די בר מצוה בחורים, און די בעלי ברית,
מען האט געענדיגט ארום 1:30 און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
=ליל ה' דחנוכה=
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 6:00 אזייגער בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' שלום ב"ר שמשון שרגא פויגעל הי"ו אנגעצינדן די מנורה.
ארום 9:20 איז דער רבי ערשינען צום צינדן אויף א פריוואטע פארנעם מיט די יתומים פון אנ"ש, אינעם זאל בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און דערנאך געמאכט די ברכות מיט א התלהבות אש, נאכן צינדן האבן די קינדער פארגעזינגן מעוז צור, דערנאך האט מען געזינגען ניגוני הלל והודאה.
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יונתן שווארץ הי"ו, און משמח געווען די קינדער מיט אינטערעסאנטע קונצן לכבוד היום,
דער רבי האט געשפילט דריידל מיט די קינדער און דערנאך איז געווען א געלעגענהייט פאר די בחורים צו פרעגן שאלות ותשובות ווי די בחורים האבן געקענט פרעגן שאלות וספיקות, אויף וואס דער רבי האט פארענטפערט בטוב טעם ודעת,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, ווי דער רבי האט א לענגערע צייט ארומגערעדט גאר שטארקע דברי חיזוק והדרכה.
נאך די מסיבה ארום 11:30 איז דער רבי ארויף בביתו נאוה קודש און אלע קינדער און בחורים זענען אריבער פערזענליך אפנעמען חנוכה געלט און מתנות פון רבינו שליט"א.
דער רבי האט זיך הארציג באדאנקט פאר די חשובע עסקנים וועלכע טוען יאר יערליך אהערשטעלן און צושטאנד ברענגען די רייכע נאכט, צווישן אנדערע העסקנים החשובים ר' ארי' הערשקאוויטש הי"ו, ר' אליעזר ראטה הי"ו, ר' מרדכי שעהר הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
~🌴~