שבת קודש פרשת מקץ - שבת חנוכה - מבה"ח טבת, בקרב קהלתינו הק' וומ"ס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת מקץ - שבת חנוכה - מבה"ח טבת, בקרב קהלתינו הק' וומ"ס=
א האלבע שעה פאר זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן מאיר דוד ב"ר יוסף חביב מאסרי הי"ו.
עטליכע מינוט פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי געצינדן די מנורה בביתו נאוה קודש החדש שע"י ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט געצינדן אין די מנורה פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע,
נאכן צינדן האט דער רבי געזאגט די פיוט פון הנרות כנהוג.
דערנאך האט דער רבי געצינדן די נרות שבת.
ארום 5:05 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
נאך מנחה איז פארגעקומען די אפיעל פארן בית הוראה דקהלתינו הק', עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק'.
קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:45.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש החדש שע"י ביהמ"ד הגדול.
ארום 9:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אור אייניקל הב' יקותיאל יודא בהרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א - מרבני קהלתינו הק'.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ ורב דביהמ"ד ברך משה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ויען ראובן אותם לאמר און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון צו קברי עכו"ם זענען מטמא, בשולב מיט עניני חנוכה.
קה אכסוף: הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד ויואל משה.
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי משה'לע דעעש'ער זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן מיטוואך ערב חנוכה.
קה רבון עלם: הר"ר חיים נחום לייפער שליט"א - רב דביהמ"ד קדושת צבי.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי,
ר' יחיאל אלטר היימליך הי"ו.
ר' חיים הערש טאבאק הי"ו.
ר' חיים אויש הי"ו.
ר' אשר ירמי' ליכטענשטיין הי"ו.
אז ביום השביעי: הרב הלל בהרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:10.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:30.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית והלל.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' אהרן מאשקאוויטש שליט"א, און הרה"ג ר' לוי יצחק ליכטענשטיין שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' ב"פ.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' שלמה יואל מאשקאוויטש שליט"א - מו"ץ.
כהן: הרה"ח ר' יצחק זאב פילאפף הי"ו.
לוי: בעל ברית ר' יחיאל אלטר היימליך הי"ו.
שלישי: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
רביעי: החתן מאיר דוד ב"ר יוסף חביב מאסרי הי"ו - באווארפען.
חמישי: החתן הערשל ב"ר נפתלי מארקאוויטש הי"ו.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' חיים שלום ביקעל הי"ו.
ר' שמואל מאיר פעלבערבוים הי"ו.
ר' שלמה יעקב ליכטענשטיין הי"ו.
ר' חיים געלבשטיין הי"ו.
ר' פישל ברי"ח ווייס הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
אחרון: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו - מראה"ק ק"י.
הגבה: הרה"ח ר' דוד גאלדשטיין הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יוסף חביב מאסרי הי"ו.
מפטיר - קריאת חנוכה: הרה"ח ר' בנציון אהרן ווערצבערגער הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' חיים הערש שווארטץ הי"ו גלילה: הרה"ח ר' חיים שלום ביקעל הי"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' נפתלי חיים וואגשאהל שליט"א - ב"פ.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יעקב יחזקי' היימליך הי"ו - מאנטריאל.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יחיאל אלטר היימליך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 1:15.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:05.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
כהן: משב"ק הגה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' אברהם יושע גראס הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' ישראל בנימין ליכטענשטיין הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ויוסף הוא השליט הוא המשביר און ארויסגעברענגט אז דורכ'ן מקיים זיין מצוות דרבנן איז עס מעורר אז הקב"ה זאל מקיים זיין די חיובי בעל לאשה וואס איז אויך נאר א דרבנן און איז משפיע רפואות און פרנסה פאר כלל ישראל,
אזוי אויך וויבאלד די חשמונאים זענען נזהר געווען נישט אנצוצינדן די מנורה מיט קיין טמא'נע אויל טראץ עס איז נאר געווען א טומאה דרבנן אין דעם זכות האט הקב"ה אויסגעלייזט כלל ישראל פון גלות יון וואס דאס איז איינע פון די חיובי בעל לאשה אויסצולייזן א ווייב,
און דער רבי האט שטארק מעורר געווען נזהר צו זיין אין אלע מצוות דרבנן ובפרט זיך אוועקצוכאפן אין די יעצטיגע קורצע ווינטער טעג צו דאווענען מנחה און אין דעם זכות וועט הקב"ה מקיים זיין אלע חיובי בעל האשה און אויסלייזן כלל ישראל פון גלות.
ידיד נפש: הרה"ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' אברהם יושע גראס הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
פאר מעריב האט דער משמש הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו אנגעצינדן די מנורה.
צו מעריב איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שלמה יעקב מערץ הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 7:30.
ארום 10:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אין וומ"ס צום פערטן לעכטל חנוכה,
דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און דערנאך געמאכט די ברכות מיט א התלהבות אש, און דערנאך געזאגט די זמירות, בשעת די זמירות האט דער עולם געזינגען ניגוני התעורורות, און דערנאך האט די קאפעליע געזינגען די ניגונים.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די קינדער וואס האבן געזינגן אין די קאפעליע,
ארום 11:10 האט דער רבי אנגעהויבן די דברות קודש ווי דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש און פלפול אויף די גמרא אין מסכת שבת דף כא. אין די סוגיא פון כבתה זקוק לה,
און דערנאך בדרך אגדה ווי דער רבי האט ארומגערעדט אז מען צינדט די מנורה אכט טעג צו ווייזן אז הקב"ה איז מלך אויף די זיבן הימלען און איין וועלט, וואס דאס ווייזט אז הקב"ה איז משגיח בתחתונים און טראץ זיין גרויסקייט האט ער א נחת רוח פון די עבודה פון אונז פשוט'ע מענטשן, און ער קוקט זיך אום אויף אונז און איז משפיע פרנסה פאר די וועלט, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגונים, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן 'א גוטע וואך און א לעכטיגע חנוכה'.
מען האט געענדיגט ארום 11:50.
~🌴~