מאנטאג תצא פארנאכטס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מאנטאג תצא פארנאכטס
פארמיטאג ארום האט 1:30 רבינו שליט"א משמיע געווען דער ערשטער סוגיא שיעור אינעם סוגיא פון עד אחד נאמן באיסורין בהיכל המתיבתא - סניף ויואל משה.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 6:55 אינעם ביהמ"ד בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים מו''ה ברוך מאיר בראדער - מו"ה מאיר אלי' אקער,
אין די זאלן פון כינור דוד.
ווי אויך ביי די חופה פון די מחותנים מו"ה יחזקאל יעקב יודא היילברוין - מו"ה חיים ארי' שמעלצער,
אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
פון 8:00 ביז 12:15 אויפדערנאכט איז געווען קבלת קהל בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
אויפדערנאכט ארום 9:40 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים,
ר' אברהם סופר - ר' יואל בערנאטה,
אינעם תנאים זאל פרדס ווידער - אולם לעווינגער בביתו נאוה קודש.
ארום 10:35 איז האדמו''ר ממשכנות הרועים שליט''א געווען אויף א באזוך ביי רבינו שליט"א לקראת די חתונה פון נכדו, בן לבנו הרה''צ לוחם מלחמת ה' רבי שאול יצחק ראבינאוויטש זצ''ל ממשכנות הרועים קרית יואל.
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה וחסידות, און דער רבי האט אים ארויס באגלייט ביזן טיר.
ארום 11:55 איז הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו הק' - מוומ"ס געווען ביי רבינו שליט"א אינאיינעם מיט די הנהלת בית האופה, לקראת דעם בעפארשטייענדן מצות סעזאן.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ארום 12:25
~🌴~