פרייטאג מקץ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג מקץ=
~יום ב' דחנוכה~
פארן דאווענען איז דער רבי אריבער צו בית מדרשינו 'לב אהרן' ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר טאמבור הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אין וומ"ס אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ז' ח' ט' פון אלע סניפים פון מוסדותינו הק'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר לוי יצחק טייטלבוים הי"ו.
ב"ר יואל דרוממער הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
פתיחה: הר"ר אלעזר אייכנשטיין שליט"א.
כהן: הר"ר יעקב ברז"ל גליק שליט"א.
לוי: הר"ר אברהם יצחק מאשקאוויטש שליט"א.
שלישי: רבינו שליט"א.
הגבה: הר"ר משה אלי' גרין שליט"א.
גלילה: הר"ר יואל ברי"ב שטערן שליט"א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
א גוט שבת.
~🌴~