דאנערשטאג מקץ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג מקץ=
~יום א' דחנוכה~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל ב"ר יעקב יושע שווארץ הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
=ליל ב' דחנוכה=
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 6:00 אזייגער בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' שלום אליעזר ב"ר בערל שטיין הי"ו אנגעצינדן די מנורה.
ארום 8:15 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומ"ס ווי דער רבי וועט וויילן אויף שבת בקרב קהלתינו הק'.
ארום 9:45 איז דער רבי אריינגעקומען בבית מדרשינו הגדול צום צווייטן לעכטל חנוכה.
דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און דערנאך געמאכט די ברכות מיט א התלהבות אש, און דערנאך געזאגט די זמירות, בשעת די זמירות האט דער עולם געזינגען ניגוני התעורורות, און דערנאך האט די קאפעליע געזינגען די ניגונים,
ארום 10:20 האט דער רבי אנגעהויבן די דברות קודש ווי דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש און פלפול אויף די גמרא אין מסכת שבת דף כא. אין די סוגיא פון כבתה זקוק לה,
און דערנאך בדרך אגדה ווי דער רבי האט ארומגערעדט אז אזוי ווי מען זעט ביי ברכת כהנים אז די כהנים בענטשן כלל ישראל און יעדער ווערט געבענטשט מיט א ברכה פרטית וואס ער דארף האבן, אזוי איז די נר חנוכה אויך משפיע א ברכה פרטית פאר יעדעם איינעם און פארדעם דארף מען צינדן א נר לכל אחד ואחד,
דער רבי האט ממשיך געווען און ארויסגעברענגט לשבח פון הונדערטער אנ"ש וועלכע האבן אויסגעניצט די טעג די וואך ווען אסאך אידן האבן נישט געארבעט און געזיצן און ביהמ"ד און געלערנט, סיי דא אין וומ"ס און סיי אין ק"י און אויך אין אנדערע מקומות, און דער רבי האט מחזק געווען און מעורר געווען צו טוהן די זעלבע די קומענדיגע וואך ווען עס איז אויך דא טעג וואס אסאך אידן ארבעטן נישט זאל מען עוסק זיין בתורה טאטעס מיט די ערוואקסענע קינדער, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 11:10.
א גוטע נאכט.
~🌴~