מאנטאג מקץ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג מקץ=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל וועלץ הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 3:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
נאך מנחה איז פארגעקומען אינעם זאל בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. די שמחת השבע ברכות פון נכד רבינו החתן בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א צוגעשטעלט דורך רבינו שליט"א פאר די בני המשפחה, און עס זענען ספעציעל געלאדענט געווארן די בעלי מנגנים פון קהלתינו הק' פון ק"י און וומ"ס וועלכע פירן אן מיט די ניגונים ביי די מעמדים און מאורעות בצל הקודש, און אזוי אויך די בעלי מנגנים וועלכע זינגען אין די קאפעליע ימים נוראים און חנוכה, און די בחורים מזמרים וועלכע פירן אן מיט די ניגונים ביי די סעודת ליל שב"ק מידי שבוע בשבוע,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודת שבע ברכות,
במשך די סעודה זענען געזינגען געווארן פילע שירות ותשבחות חדשים וישנים דורך די בעלי מנגנים,
פארן זמן האט מען געבענטשט, מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א,
ברכות ראשונות: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א,
ברכה אחריתא: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד קול אליהו שליט"א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון שמחה של מצוה און ארויסגעברענגט לשבח פון די בעלי מנגנים וועלכע ברענגען אריין א שמחה של מצוה אין אנדערע אידן, דער רבי האט ממשיך געווען און ארומגערעדט איבער די עבודת הנגינה ביי רבותיה"ק זי"ע לבית סיגוט און צאנז, און פארציילט עטליכע סיפורים איבער די חשיבות פון ערליכע נגינה,
דער רבי האט ארומגערעדט דברי הדרכה איבער די פליכט וואס ליגט אויף די בעלי מנגנים זיכער צו מאכן צו זינגען נאר ערליכע ניגונים וויבאלד א ניגון איז מקשר צום מחבר הניגון און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני הודאה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט,
מען האט געענדיגט ארום 6:30.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:10 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יקותיאל יודא מאלח הי"ו און הרה"ח ר' אברהם קלמן אליעזר מאסרי הי"ו,
און פון די מחותנים הר"ר נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט"א און הר"ר חנני' גאלדבערגער שליט"א,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~