שבת קודש פרשת וישב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת וישב=
ארום 5:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הר"ר יצחק מיטטעלמאן שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:30.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' יואל ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג ר' אברהם יעקב יאקאב שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יעקב ישראל ישורין כהנא שליט"א - וומ"ס.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יוסף שמואל ראטטענבערג שליט"א - מו"ץ.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק וישב יעקב בארץ מגורי אביו און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון יש אם למקרא או למסורת.
קה אכסוף: הרה"ח ר' אברהם מאיר דירנפעלד הי"ו - בית שמש.
ברכת המזון: הר"ר בערל לויפער שליט"א - מאנסי, נכד כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי משהלע דעעש'ער זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מיטוואך כ"ד כסלו.
קה רבון עלם: הרב הערשל כהנא שליט"א - מאנסי.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרב שלמה כהנא שליט"א.
דערנאך האט מען ממשיך געווען צו טאנצן חסדי השם און בך בטחו לרגל כ"א כסלו וועלכע געפאלט מוצש"ק,
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:10.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר שמואל קליין שליט"א - וומ"ס.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלום אלי' מארקאוויטש הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' משה חיים ווערצבערגער הי"ו - מאנטריאל.
כהן: הרב שלמה כהנא שליט"א, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
לוי: הרה"ח ר' יואל ברא"מ מערמלשטיין הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' חיים אליעזר גראס הי"ו - וומ"ס.
רביעי: החתן ישראל ב"ר יצחק פאגעל הי"ו.
חמישי: החתן יואל בהר"ר בעריש גראס שליט"א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' יצחק ברצ"א עקשטיין הי"ו.
שביעי: החתן יושע ב"ר ברוך עקשטיין הי"ו.
אחרון: החתן שמעון יודא ב"ר משה טאמבור הי"ו.
מפטיר: הרה"ג ר' ברוך טאמבור שליט"א - לאנדאן.
הגבה: הרה"ח ר' יואל בר"מ גראס הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' אלי' יצחק ראזענבערג הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם אליעזר עקשטיין הי"ו - ב"ב.
מען האט געענדיגט ארום 12:15.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר מענדל וואלף טייטלבוים שליט"א.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם מאיר דירנפעלד הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' חיים משה אלימלך כ"ץ הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' וואלף גרובער הי"ו.
שלישי: הר"ר בערל לויפער שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הר"ר מאיר יוסף טייטלבוים שליט"א.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק וישב יעקב בארץ מגורי אביו און ארויסגעברענגט אז פון דעם וואס מען זעט אז די תורה הק' זאגט אויף ראובן 'ויצילהו מידם' אויף יוסף הצדיק טראץ ער האט נישט מצליח געווען אינגאנצן אים צו ראטעווען, זעט מען אז די עיקר וואס הקב"ה פארלאנגט פון א מענטש איז צו אנהייבן טוהן א מצוה, אנהייבן א מסכת, וכו', טראץ ס'איז נישט זיכער אז מען וועט עס קענען ענדיגן,
די זעלבע זעט מען ביי חנוכה אז 'פתילות ושמנים שאמרו חכמים אין מדליקין בהן בשבת מדליקין בהם בחנוכה' וויבאלד טראץ עס קען זיך פארלעשן זאגט מען אבער כבתה אין זקוק לה וויבאלד די עיקר איז נאר אנצוהייבן,
ידיד נפש: הרה"ג ר' אנטשיל גרובער שליט"א - מאנסי.
קל מסתתר: הרה"ח ר' יוסף גרובער הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן זלמן לייב ב"ר יואל פיש הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הר"ר דוד פערל שליט"א.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 7:15.
(די באריכט פונעם מעמד אדיר כ"א כסלו וועט נאכפאלגן מארגן אי"ה)
א גוטע וואך.
~🌴~