פרייטאג וישב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג וישב=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יושע בר"י שעהר הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
עס איז פארגעקומען די שמחת הנחת תפילין פארן רבינ'ס אור אייניקל הב' הבר מצוה מאיר ני"ו בהר"ר חיים הערש טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א,
דער רבי האט אנגעטוהן די תפילין און דערנאך ארויפגעדרייט די רציעות אויף די פינגערס,
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור, פאר אביו הר"ר חיים הערש שליט"א, און פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'והיה לך לאות על ידך' און ארויסגעברענגט אז מצות תפילין איז מעורר די שם שד"י וואס דאס ברענגט אז מען זאל קענען זאגן 'די' פאר די תאוות עולם הזה, און דעמאלטס איז 'למען תהיה תורת ה' בפיך' אזוי ווי תוספות זאגט 'עד שאתה מתפלל שיכנסו תורה לתוך פיך אתה מתפלל שלא יכנסו מדענים לתוך פיך',
און דער רבי האט ארויסגעברענגט די שבח והודיה צו הקב"ה אז מען מאכט שוין בר מצוה אור אייניקלעך, און ממשיך געווען מיט דברי שבח צו הקב"ה אויף די גרויסע נסים וואס האט פאסירט מיט אן אור אייניקל די וואך וועלכע איז געשעדיגט געווארן אין א עקסידענט און בחסדי השם אפגעקומען מיט לייכטע וואונדן, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן בר מצוה בחור און פאר די גאנצע משפחה,
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני הודאה.
נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' מנחם יודא אונגאר הי"ו היושב ע"פ אמו ע"ה.
א גוט שבת.
~🌴~