דאנערשטאג וישב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג וישב=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אברהם יושע גלאנץ הי"ו.
ב"ר יוסף חביב מאסרי הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר יוסף בנימין אליעזר שטערן הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 4:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס איז דער רבי געפארן קיין ב"פ צום שמחת הבר מצוה פון אן אור אייניקל הב' הבר מצוה מאיר ני"ו בהר"ר חיים הערש טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א וחתן הגה"צ אבד"ק אויסטילא שליט"א.
ביים אנקומען קיין ב"פ איז דער רבי צום ערשט ארויף אויף א מסיבת לחיים אין שטוב פון הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די יארצייט פון הרה"ק המגיד ממעזריטש זי"ע וואס געפאלט היינט י"ט כסלו,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און די גאנצע משפחה.
דערנאך איז דער רבי אריבער לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
נאך מעריב ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען באולם סקווירא צום שמחת הבר מצוה פונעם אור אייניקל ני"ו,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודת בר מצוה,
במשך די סעודה האט אויפגעטרעטן נכד רבינו הר"ר חיים הערש שליט"א, חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, און דער עלטער זיידע הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א,
נאך די זופ האט דער בר מצוה בחור געזאגט די פשעטל,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק בעניני תפילין און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן בר מצוה בחור און פאר די גאנצע משפחה און פארן גאנצן ציבור,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דער בר מצוה בחור,
נאכן בענטשן איז דער גאנצער ציבור אריבער געבן מזל טוב פאר רבינו שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 11:00 אזייגער, און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~