מיטוואך וישב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך וישב=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר חיים אביש לאקס הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי,
אויך זענען אריין בקודש פנימה די גבאים פון די 'מקדשי תיראו' קאמפיין ווי פילע תלמידי הישיבה האבן זיך אונטערגענומען נישט צו רעדן ביים דאווענען,
מען האט איבערגעגעבן א קוויטל כוללת פון די בחורים וואס האבן זיך מקבל געווען די קבלה, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' ברוך עקשטיין הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"מ גראס הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שלמה לייב עלענבויגן הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"א גרינהויט הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק אייזיק קרויס הי"ו און הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 10:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ רבי שמעון שמואל האלבערשטאם שליט"א - אב"ד דברי משה בירושלים עיה"ק,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 9:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אהרן ברא"ש שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"א קויפמאן הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
נאך מעריב ארום 11:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צו ביהמ"ד ישמח משה צום צענטראלן שבע ברכות צוגעשטעלט דורך די ביהמ"ד לכבודו פון רבינו שליט"א און הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א,
עס האט מהנה געווען מיט פרקי חזנות הרה"ח ר' משה לוי ברוין היו,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט האברך ר' אברהם מערץ הי"ו אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות און דברי חרוזים לכבוד די שמחה,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און דערנאך האט דער רבי געזאגט די שבע ברכות,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיטן חתן און די גאנצע אויבנאן פאר א לענגערע צייט,
מען האט געענדיגט ארום 12:10, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
א גוטע נאכט.
~🌴~