דינסטאג וישב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג וישב=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
ארום 4:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
נאך מנחה איז דער רבי געפארן קיין מאנסי ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען משפחת בנש"ק הר"ר אברהם דוד וואגשאהל ז"ל מפארי קהלתינו הק' מאנסי.
דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה,
ביים אנקומען קיין וומ"ס האט דער רבי צום ערשט מנחם אבל געווען הרה"ח ר' משה יואל מזרחי הי"ו היושב ע"פ אמו ע"ה.
זמני כניסה איז געווען פון 7:45 ביז 11:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ רבי בערל וויעדער שליט"א - אב"ד לינז ב"פ,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רב שליט"א האט געגעבן פאר רבינו שליט"א ספר צבא אהרן אויף חנוכה פון אביו הגה"צ גאב"ד לינז זצ"ל און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 אזייגער און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~