מאנטאג וישב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג וישב=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברב"ש וויינבערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל בר"ש איידליס הי"ו.
ב"ר יודא לייב לאנדא הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ה'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
=שמחת החתונה פון נכד רבינו החתן הרב דוד דוב מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א,
עב"ג הכלה בת הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א - רב דביהמ"ד בית שמואל בשכונת דברי חיים בן הגה"צ אבד"ק טשאקאווע זצ"ל וחתן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו הק' ב"פ שליט"א=
ארום 5:00 אזייגער איז רבינו שליט"א אריין געקומען אין ביהמ"ד הגדול צד דרום ווי דער דער רבי האט געדאווענט מנחה,
בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו,
נאך מנחה איז די גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך ביי מרן רבינו שליט"א.
רבינו שליט"א איז אריין געקומען צום קבלת פנים בהיכל ביהמ"ד הגדול ארום 5:40, במשך די קבלת פנים האט מען געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות,
דערנאך האט הר"ר שמואל קרויס שליט"א אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און אויסגערעכנט די גרויסע יחוס פון די חתן כלה און די דערהויבענע זיידעס וואס קומען אראפ זיך מיטפרייען ביי די שמחה,
ביים קבלת פנים האט זיך משתתף געווען דער גרויסער פעטער כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, חשוב'ע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען ווארעמע דברות קודש און מעורר געווען זכות אבות, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור,
מען האט מסדר געווען די כתובה,
עדי כתובה: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו און הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו,
דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
ביים חופה האט רבינו שליט''א מכבד געוועהן מיט סידור קידושין גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א.
קריאת הכתיבה: הגה"צ רבי שמעון שמואל האלבערשטאם שליט"א - אב"ד דברי משה בירושלים עיה"ק, עלטער פעטער פון די כלה.
ברכות ראשונות: הגה"צ רב דבית מדרשינו 15'טע עוו. שליט"א.
ברכה אחריתא: הגה"צ רבי יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א - אב"ד ראשית חכמה מאנטריאל, פעטער פון די חתן.
עדי קידושין: הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א און הרה"ג ר' יואל קאהן שליט"א.
עדי יחוד: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו און הרה"ח ר' מאיר גראס הי"ו.
דערנאך האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די געהויבענע זיידעס.
נאך א קורצע צייט איז דער רבי אריין געקומען אין ביהמ"ד הגדול צד דרום ווי דער דער רבי האט געדאווענט מעריב.
בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן צבי וועבער הי"ו.
דער רבי איז אריין געקומען צום סעודת החתונה ארום 8:00 אזייגער, דער רבי האט געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צום סעודה,
נאך די פיש האט דער רבי געמאכט א לחיים און געוואונטשן לכל העם הנאספים.
ארום 8:50 איז דער חתן אריינגעקומען און דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן פאר א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען די זיידעס און די מחותנים הרבנים הגאונים שליט"א צו טאנצן מיטן חתן, און דערנאך געטאנצן מיט די גאנצע אויבנאן,
דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א,
ביי די סעודת החתונה האט זיך משתתף געווען דער גרויסער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א,
דער רבי האט מכבד געווען צו טאנצן מיטן חתן און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די מחותנים און זיידעס און דערנאך עקסטער מיט האדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א.
דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד ארום 9:30, און אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:15 איז דער רבי אריין געקומען אין ביהמ"ד צו ברכת המזון,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען בנו הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א,
ברכות ראשונות: הגה"צ רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א - רב דבית מדרשינו 18'טע עוו. ב"פ.
ברכה אחריתא: הגה"צ רבי אנטשיל שעהר שליט"א - אבד"ק קלעסאן.
דערנאך האט בדחנא דמלכא ר' משה יושע ווייס הי"ו אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות הק', דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, וכל העם הנאספים,
דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט דער רבי געטאנצן מיטן חתן, און דערנאך מיט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א ובני משפחתו, און דערנאך מיט משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ מיט אחיו הגה"צ רב דבית מדרשינו 15 ב"פ שליט"א,
דערנאך האט מען אויסגערופן צום מצוה טאנץ די זיידע הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א, און דערנאך דער אבי החתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א און אבי הכלה הגה"צ רב דביהמ"ד בית שמואל שליט"א,
דערביי האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט יעדע פון די זיידעס און מחותנים באזונדער.
דערנאך האט האברך ר' חיים מענדל אקער הי"ו ארומגערעדט דברי בדחנות און דער בדחן האט אויסגערופן די חתן וכלה, מען האט געטאנצן אשת חיל, און דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די חתן כלה, דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד אום 2:10.
א גוטע נאכט
~🌴~