דאנערשטאג שופטים פארנאכטס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דאנערשטאג שופטים פארנאכטס
ארום 7:00 איז הגה"צ ר' ישראל מנחם אלתר בן האדמו"ר מגור שליט"א געווען אויף א באזוך ביי כ"ק מרן רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. ווי עס האט זיך פארצויגן א הערליכע שמועס בדברי תורה וחסידות.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים מו''ה שלמה יוסף לנדאו - מו''ה הר"ר יושע מארקאוויטש שליט"א,
אין די זאלן פון כינור דוד.
ווי אויך ביי די חופה פון די מחותנים מו''ה אהרן זאב גלויבער - מו''ה הר"ר יצחק משה רייך,
אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 8:50 אינעם ביהמ"ד בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
פון 8:00 ביז 12:45 אויפדערנאכט איז געווען קבלת קהל בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
אויפדערנאכט ארום 10:25 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים,
ר' אהרן אונגאר - ר' אברהם לייב וועכטער,
אינעם תנאים זאל פרדס ווידער - אולם לעווינגער בביתו נאוה קודש.
ארום 10:45 איז הרה"צ אב"ד טאשנאד מאנסי שליט"א געווען אויף א באזוך ביי כ"ק מרן רבינו שליט"א, ווי עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די שטאט טאשנאד, און איבער ישיבות אינדערהיים.
דער רבי האט אים אנגעוואונטשן ברכות לרוב און ארויס באגלייט ביזן טיר.
ארום 11:30 זענען הרה''ג רבי יעקב ווייס שליט''א מרבני קהילתינו במאנסי, אינאיינעם מיט הרב אהרן יקותיאל בערקאוויטש, חברי וועד החינוך במוסדותינו הק' במאנסי, אריין צו רבינו שליט"א לקראת די געהויבענע שבת בקרב אנ''ש מאנסי דעם שב"ק פרשת שופטים.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ארום 12:45
~🌴~